באהעמיען רעפסאדי - א מערכה וואס רעדט צו מיין נשמה

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1180 מאל

באהעמיען רעפסאדי - א מערכה וואס רעדט צו מיין נשמה

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

באהעמיען רעפסאדי איז א מוזיקאלישע מערכה קאמפאזירט קרוב צו 50 יאר צוריק, עס איז צוזאמגעשטעלט פון עטליכע דזשאנרעס אין מוזיק, און איז געווארן גאר שטארק פארשפרייט בשעתה. לעצטענס איז אויך געמאכט געווארן א פילם מיטן זעלבן נאמען (Bohemian Rhapsody), איבער דעם ניגון און דער מחבר.

דער ניגון

פונקט ווי יעדע קאמפליצירטע שטיקל ארט, איז נישט קלאר וואס פונקטלעך די ניגון האט געמיינט פאר דעם מחבר, און יעדער קען עס איינטייטשן לויט די אייגענע שורש נשמה. ווער עס האט נאכנישט געהערט דעם ניגון, וועט געווענליך עס דארפן הערן מער ווי איינמאל צו פארשטיין דערצו. פאלגנד איז מיין אפטייטש פון דעם ניגון.


ערשטע סצענע, א אינגערמאן נאך די חתונה, ער שטויסט זיך אן אין די לעבן אין וואס ער געפינט זיך, און שפירט זיך סטאק אין זיין מצב.

איז דאס טאקע ריעל לייף? איז דאס אין עולם הדמיון? פארכאפט אין א שטורעם, נישטא קיין וועג ארויס...
עפן דיינע אויגן, קוק ארויף צום הימל און זע. וואס בין איך? ווער בין איך? איינעם גייט בכלל אן וועגן מיר?
איך בין נישט מער ווי נאך א נאמבער, עס איז גרינג צו באקומען מענטשן, און גרינג צו פטור ווערן פון זיי.
וויאזוי די ווינט לאזט זיך בלאזן, דאס פאסירט מיט מיר.

צווייטע סצענע, ער וויל זיך געזעגענען פון די ארומיגע, ער פילט ווי ער האט זיך אליין גע'הרג'עט מיט וואס ער האט נאר געטון. אפילו זיי ווילן אים נאך דארט, דארף ער א וועג ארויס.

מאמע, איך מאך מיר קאליע מיין לעבן, ווי איך וואלט געלייגט א ביקס צום קאפ, און געשלעפט דעם צינגעל.
מאמע, די לעבן האט זיך קוים אנגעהויבן, און איך האב שוין אלעס אוועק געווארפן.
מאמע, איך האב נישט געמיינט דיר צו מאכן וויינען, אויב איך בין נישט דא מארגן אזא צייט... גיי אן ווייטער ווי עס וואלט קיינמאל גארנישט פאסירט.

טו לעיט, מיין צייט איז געקומען, מיינע ביינער ווייען, מיין שדרה ציטערט.
גוד ביי יעדער איינער, איך דארף גיין זיך טרעפן מיטן אמת.
מאמע, איך וויל נישט שטארבן, צומאל וואונטש איך מיר איך וואלט קיינמאל נישט געבוירן געווארן...

דריטע סצענע, כעין א געריכט אין הימל וואו ער וויל ווערן באפרייט.

איך זע שאטנס פון א מענטש, פתי, ווילסטו קומען מיט טאנצן די שדים טאנץ?
דונערן און בליצן, א פחד א שרעק. באשעפער, באשעפער? באשעפער!? באשעפער?! באשעפער אלמעכטיגער???

נאשם: איך בין אן ארעם קינד, קיינער דארף מיר נישט.
סניגור: ער איז אן ארעם קינד, פון אן ארעמע משפחה, שוין אים פון די צרה.
נאשם: מענטשן קומען, מענטשן גייען, וועסטו מיר לאזן גיין?
קטיגור: בשם אלוקי, ניין! מיר לאזן דיר נישט גיין!
סניגור: לאז אים גיין.
קטיגור: בשם אלוקי, ניין! מיר לאזן דיר נישט גיין!
סניגור: לאז אים גיין.
קטיגור: בשם אלוקי, ניין! מיר לאזן דיר נישט גיין!
נאשם: לאז מיר גיין!
קטיגור:מיר וועלן דיר נישט לאזן גיין!
שכינה הקדושה, לאז מיר גיין.
אפגאט בעל זבוב, האסטו יא עפעס פון די שטן פאר מיר? פאר מיר?

פערטע סצענע, א טיפע אויפברויז אויף די מצב.

דו טראכסט דו קענסט מיר אנהאלטן און שפייען אין די אויגן!!??
דו טראכסט דו קענסט מיר ליב האבן און מיר פארלאזן צום טויט!!??
אה בעיבי! קענסט דאס נישט טון צו מיר בעיבי..!
איך מוז ארויס פון דא, פשוט ארויס.

פיפטע סצענע, ער איז אלעס מקבל אויף זיך, און קומט אן צום חכמה פון קהלת.

גארנישט מאכט נישט אויס, יעדער איינער ווייסט עס.
הכל הבלים הכל הבל.
נאטינג ריללי מעטטרס טו מי...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר