חנן בן ארי!

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 719 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2004 מאל

חנן בן ארי!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

חנן בן ארי!

חנן בן ארי איז איינער פון די טאלאנטפולסטע רעליגיעזע ארטיסטן אין ארץ ישראל וואס זיינע ניגונים זענען גאר שטארק אריין אין דער מעינסטריעם ישראל'ישער גאס, און גאנץ לעצטנס - אויך אין דער היימישער, חרדי'שער גאס. ער פארדינט אוודאי אן אשכול פאר זיך, איז קודם א שטיקל ביאגראפיע.

חנן בן-ארי איז געבוירן אין 1988 צו א מער פרומע דתי-לאומי משפחה, אין דער התנחלות 'קרני שומרון'. (בן-ארי איז זיין פאמיליע נאמען. זיין פעטער איז דער בארימטער כהנא אקטיוויסט און געוועזענער חבר כנסת מטעם 'האיחוד הלאומי', דר. מיכאל בן-ארי. אויך איז ער פון די מייסדים פון דער 'עוצמה יהודית' פארטיי פון איתמר בן-גביר און האט אפילו געדארפט זיין א ח"כ מטעם דער פארטיי ביז מ'האט אים גע'פסל'ט אלס 'ראסיסט' מיט עטליכע יאר צוריק. פאר ווער ס'לערנט אין מיר: אויב ווילט איר זיך אנזאפן מיט אביסל אהבת ישראל און שנאת ישמעאלים - ער געבט א שיעור יעדן ליל שישי אין הרב כהנא'ס ישיבה נעבן דושינסקיא.)

אין ישיבה איז ער געגאנגען אין א חרד"ל'ישער ישיבת הסדר אין מצפה רימון, און פון דארט איז ער אריין אין מיליטער אין 'נצח יהודה' (א.ק.א. נחל חרדי). ביי די צוואנציג האט ער חתונה געהאט, און זיך אריינגעזעצט אין כולל - ווי אסאך חרד"לים.

געטון אין מוזיק האט ער אייביג, אבער ארויסגעגעבן זיין אפיציעלן ערשטן סינגל איז געווען אין ענדע 2014. 'ממך עד אליי' האט זייער מצליח געווען, און ער האט געעפנט א קאמפיין צו פאנדן זיין בעפארשטייענדן אלבום. ארום א יאר דערויף האט ער ארויסגעגעבן נאך א סינגל פונעם אלבום; דאס טשיקאוו לידל 'החיים שלנו תותים', וואס האט איינגענומען די מדינה אין א שטורעם און איז אנגעקומען צום ערשטן פלאץ ביי 'גלגלצ'. (ס'האט אפילו באקומען א פּאראדיע אויף דער בארימטער 'ארץ נהדרת' סאטירא שאו - וואס איז אזא סארט מעסטער פאר הצלחה אין ישראל...) באלד דערויף האט ער טאקע ארויסגעגעבן זיין ערשטן אלבום 'איזון', וואס פארמאגט צווישן אנדערע דעם טראגישן ניגון 'אמא אם הייתי'.

זינט דאן האט ער ארויסגעבן פילע ניגונים וואס כמעט אלע פון זיי זענען געווארן נאציאנאלע היטס; אין 2017 האט ער ארויסגעגעבן דעם געוואלדיגן ניגון 'וויקיפדיה' - א ניגון וואס שפיגלט אפ דעם צעשפליטערטן מצב אינעם שבטים-פולן ישראל, וואו יעדער דרייט זיך ארום מיט סטיגמעס איינער אויפ'ן צווייטן. דער ניגון וואס האט באקומען געוואלדיגע קריטיק, און איז אויך געווארן געשערט אויף פעיסבוק דורך יאיר לפיד.

א יאר דערויף איז ארויסגעקומען זיין סינגל 'מה אתה רוצה ממני' - א ניגון פול מיט בענקשאפט, יאוש און אנטריסטונג אויף גאט אוין אויף וואס ער וויל. דער ניגון האט באקומען צענדליגער קאווערס און איז פון זיינע פאפולערע לידער. שפעטער האט ער ארויסגעגעבן זיין צווייטן און לעצטן אלבום - 'לא לבד'.

אין 2019 האט ער ארויסגעגעבן זיין פענאמענאלן ניגון 'אלוף העולם' - א הערליך קינסטליך לידל געשריבן מיט 'נתן גושן' וואס האט איבער 30 מיליון וויאוס אויף יוטיוב.

אויך האט ער ארויסגעגעבן א הערליכן ניגון 'שבורי לב', וואס אויף זיין הצעה האט אברהם פריד ארויסגעגעבן א קאווער דערויף. מוטי אילאוויטש האט אויך רעקארדירט א קאווער דערויף אין אידיש.

במשך די לעצטע פאר יאר האט ער ארויסגעגעבן נאך אפאר סינגלס, צווישן זיי: 'דור' - א פראוואקאטיווער ניגון איבער'ן פלאץ פון מסורה און פרימיטיווקייט אין אידישקייט, 'שמש' - א הערליכער געגועים-ניגון, און 'אמן על הילדים' - איבער די פחדים און דורכגאנגען פון 'פאטערשאפט'. דער ניגון, בעיקר, האט אים אריינגעברענגט אין די היימישע קרייזן - דא און אין ישראל.

אין 2021 האט ער ארויסגעגעבן דעם מורא'דיגן ניגון 'חולם כמו יוסף' - א געוואלדיגער ניגון וואס גייט דורך די פאסירונגען פון תנ"ך ווי מצבים און סיטואציעס אין וואס יעדער געפינט זיך צומאל.

זיין סטיל איז זייער פשוט און אויפריכטיג, און מערסטנס פון זיינע לידער זענען לאו דווקא רעליגיעזע. ער שרייבט גאונות'דיג און קלאר צו דער זעלבער צייט. נישט קיין התחכמות'דיגע טעקסטן, אבער וואס ברענגען ארויס קריסטאל-קלאר די נשמה פונעם ניגון.

אלס פולער רעליגיעזער ארטיסט איז ער לכאורה דער גרעסטער אין ישראל. ער פילט אן ריזיגע זאלן: קיסריה, היכל התרבות, זאפה ועוד, פארקויפט טויזנטער קאפיס און איז גאר שטארק געהערט אויף דער ראדיאו.

אין די לעצטע פאר יאר - בעיקר זינט זיין אויסערגעווענליכער הצלחה - איז ער געווארן מער און מער דאס וואס מ'רופט אן "דתי לייט". נעמליך, ער איז מער מיקל אין כל מיני עניינים, זינגט צומאל רעליגיעז פראוואקאטיווע טעקסטן (א שטייגער ווי "לא נציג של אלוקים" אין 'וויקיפדיה' און זיין 'מה אתה רוצה ממני') און כאטש וואס ער זינגט נישט - דערווייל - מיט קיין פרויען אויפ'ן סטעידזש, מאכט ער כסדר לייווס וואו זיין אויפוואקסנדע טאכטער זינגט און דערקלערט אז זי גייט אין די וועגן פון איר טאטן. אויך איז ער לעצטנס ערשינען אין א ספעציעלן עפיזאד פון דער פאפולער ריאליטי טיווי שאו 'הכוכב הבא', וואו יונגן און מוידן האבן געזונגען זיינע ניגונים.

זיין לעצטיגער ניגון 'אלא בי' האט אנגעמאכט א מיני-שטורעם אינערהאלב די פרומערע מזרח'יסטישע רינגען, ווען אויפ'ן ווידיאו זעט מען פרויען טאנצן רח"ל, און אפאר רבנים/דעה-זאגער האבן דערקלערט אז "חנן התבלבל" - נישט מער און נישט ווייניגער.

לסיום, אט האט איר א שיינער ווידיאו פון שלום לעמער, בעני פרידמאן און איציק דדיה - א מעדלי פון חנן בן ארי'ס ניגונים.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר