היסטאריע פון חזנות

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

היסטאריע פון חזנות

שליחה דורך קווארטין »

שוין פארביי א שטיק צייט וואס מיינע חברים דא אין ''קאוועניו'' האבן מיר געבעטן אז איך זאל מאכן א באשרייבונג וועגן חזנות, נאכן אביסל אריינטוהן דערין, האב איך איינגעזען אז צו מאכן א באשרייבונג פון חזנות ס'זאל זיין ציענד און אינטערעסאנט, איז נישט פון די לייכטע זאכן, דעריבער האבעך מחליט געווען צו מאכן צוויי באזונדערע באשרייבונגען, קודם א קורצע איבערבליק וועגן די היסטאריע פון חזנות, און שפעטער צו באשרייבן איטליכע חזן באזונדער, און אויף יעדן פרובירן צו ברענגן איטערעסאנטע אנקעדאטן.



כ'וועל צוטיילן די ארטיקל אין דריי חלקים:

1 די היסטאריע פון חזנות

2 די תקופה פון די 'גאלדען עידזש'

3 חזנות בזמננו


די היסטאריע פון חזנות

איידער כ'לאז מיין פען לויפן, וויליך במערקן אז מיין באשרייבונג טהו איך בעיקר ווידמען וועגן די 'גאלדן עידזש תקופה' מילא וועל איך אין די נושא פון 'די היסטאריע פון חזנות' מאכן גאר א קורצע איבערזיכט.

מיטן אויבערשטנ'ס הילף.

חזנות האט אין אלע צייטן געהאט זייער א באדייטנדע און גאר וויכטיגע פונקציע אין די אידישע היסטאריע, נגינה איז געווען א גרויס חלק פון די עבודה בבהיהמ"ק שיבנה במהרה, ס'זענען אלץ געווען בעלי תפלה ומשוררים פייטנים וואס זענען געווען שליחי ציבור ביים אידישן פאלק.

סיז זיכער אז ביי חסידים האט מען געלייגט א שטארקע געוויכט אויף נגינה, איין פלאץ מער איין פלאץ ווייניגער, אזוי ווי חסידים האבן געטייטשט 'קחו מזמרת הארץ' מיט געזאנג זאל מען זיך דערנענטערן. בנוגע צו חסידות האט מוריש געווען די ניגונים פון איין דור צום צווייטן, איז כדאי צו ערווענען וואס כאב די וואך געזען נאכברענגן בשם הרה"ק דבר"י מסאטמאר זצוק"ל אז ער האט דאס אפגעווארפן זאגענדיג אז נגינה (אנדערש ווי געוויסע דרכים אין עבדות השם) איז נישט א זאך וואס חסידות האט איבער געגעבן בירושה פון איין דור צום צווייטן.

חזנות האט אבער במשך הדורות אנגעהויבן צו באקומען ברייטערע פארעמען, בעיקר ווען ס'יז פארגעקומען די 'טראנזיציע' פון פרימטיווקייט-אנארכיזים, צו אנטוויקלונג-פרייהייט. די טייטע שטריק ארום די אידן איז געווארן לויזער, צו די זעלבע צייט האט די וועלט בכלל אנגהויבן צו ווערן פארגעשריטן, באנען אין שנעל צוגן האבן אנגעהויבן צו פארן פון איין לאנד צום צווייטן, א.א.וו.. מילא קומט אויס, אז די רעגירונג האט אנגהויבן געבן מער פרייהייט פאר אידישע בירגער, האבן אידן באקומען מער צוטריט זיך חכמת המוזיקה, מילא האבן אידישע מוזיקער געקענט בעסער אנטוויקלן זייער מוזיקאלישן טאלאנט. (הגם נאטורליך, האט דער איד געהאט זיין 'אידישן ארגינעלן קרעכטץ' אנדעם וואס ער זאל דארפן ציקומען צום גוי, מיר רעדן אבער פונעם אקעדעמישן חלק). פארגעשריטנקייט: אז באנען האבן אנגעהויבן צירקולירן, די וועלט איז געווארן עטוואס קלענער, האט מען געקענט בעסער פארשפרייטן ניגונים און חזנות הן דורך פערזענליך פארן, און הן דורך שיקן א בריוו מיט נאטן.

נאך עד היום הזה קען צו-מאל אנכאפן א וואונדער וויזוי קען זיין, אז אינדערהיים זענען געווען זייער א סך אידישע פאלקס ניגונים, וואס קינד און קייט האבן געקענט, די ניגונים זענען געזונגען געווארן סיי אין אונגארן, טשעכיי, ראמעניא, און ווי נישט, די וואונדער איז וויזוי האבן זיך די ניגונים פארשפרייט, נאר ס'מוז זיין אז א ניגון קען זיך די גרינגסטע פארשפרייטן, מילא קומט אויס אז א איד פון סעליש מוז נאר איינמאל פארן קיין פאפא, מיט ברענגן א ניגונדי'ל, און ס'פארט שוין ווייטער.

נחזור לענינו, דאס זעלבע איז געווען מיט חזנות, ס'האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן חזנות מיט נסחאות פון דעם חזן און פון יענעם חזן, בקיצור: ס'איז געווארן א סירקולאציע פון ניגונים און חזנות.


***

די תקופה פון די גאלדען עידזש

די היסטאריע פון די גאלדען עידזש האט זיך בעיקר אנגעהויבן אין די צווייטע העלפט פונעם ניינצענטן יאר הונדערט, אויפן העכסטן שטאפל איז דאס געשטאנען ביים לעצטן דריטל, אין אידיש להבדיל קומט דאס אויס בערך פון תר"ס און ווייטער. ס'פארשטייט אבער יעדער פון זיך אליין אז א רייכע אוצר קומט נישט פון זיך אליין, די חזנים פון די 'גאלדען עידזש' האבן געהאט זייער גרויסע רעביס, ממש גאונים אין מוזיק ביי וועמען ס'איז געווען וואס צו זעען און הערען. נו, אויב אזוי לוינט זיך דעמאלטס א טראפקעלע צוריק צו-מישן דעם סדר הדורות, און א בליק טוהן ווער זענען זיי געווען, די גרויסע טאטעס זייערע.

לאמיר אביסל צוריקגיין צו די פריעריגע ת"ר יארן, בימים ההם זענען געווען זייער טאלאנטפולע בעלי תפילה און חזנים, א שטייגער ווי ניסי בעלזער (ספיוואק), ירוחם הקטן (בלינדמאן), ברוך שור, חזן אין לעמבערג, פיניע מינקאווסקי פון אדעסע, אפרים זלמן ראזומני, חזן זיידל ראוונער (געהייסן: יעקב שמואל מאראגאווסקי), און נאך פארשידענע חזנים פון יענע תקופה וואס האבן זייער שטארק אויסגעפלאסטערט דעם ראוד פאר די קומענדיגע דור פון חזנים, די פריער דערמאנטע חזנים זענען בעיקר געווען סטאנציאנירט אין רוסלאנד אוקריינא, וואס דאס איז מזרח איירופע. אויף די אנדערע זייט, ד.ה. אויף מעריב איירופע איז אויך געוועזן א ריזן פעלד פון חזנות, מער מאדערען סטייל מוזיק, פארפאסט דורך חזנים פונעם משכילישן אפשטאם, אבער במשך די צייטן האבן די חזנים פון מזרח איירופא היבש גענאשט דעם מהלך פון די מערבישע דהיינו, זיי האבן טאקע נישט אריינגעברענגט קיין 'ארגען' אין שוהל, און אויך בדרך כלל נישט קיין געמישטע כאר, בכלל די 'מעין' נוסח איז געבליבן די אלטע אויסגעטרעטענע נוסח, מער באקאנט אלץ 'וואהלין-אוקריין', וואס דאס ווערט נאך היינט גענוצט אין זייער א סך הויפן. אבער די עצם זאך פון א קווייער, און בכלל דאס מאכן פונעם דאווענען א גאנצע פערפארמענס, און אויך דאס אריינברענגן 'געוויסע' תנועות פון דערויסן, האבן די מזרח אייראפעישע חזנים יא אדאפטירט פון מעריב זייט, אזוי איז משמע אין די היסטאריע ביכער.

~אז מ'טראכט אריין, עט מען זעען, גענוי ווי ביי אונז האט זיך לעצטענס (נישט ממש לעצטענס) אנגעפאנגן א מיש-מאש, מ'זינגט ניגונים פון אלע קרייזן-ביי אלע קרייזן, אפי' ניגונים וואס פאר בערך צוואנציג דרייסיג יאר צוריק האט מען אויף די ניגונים געזאגט 'דא נאט ענטער', בערך אזוי איז געווען דאן מיט די חזנות~.

געוויינטליך האבן די גרויסע שטעט ווי בארדיטשעוו, קיעוו, אדעסע, ווילנא אין אנדערע גרויסע שטעט זיך געקענט ערלויבן אן אייגענע חזן, סיז אבער געוועזן די קליינטשיקע שטעטעלעך וואס האבן נישט געקענט עפפארדן קיין אייגענעם חזן, איז דעריבער געווען א אפטע ערשיינונג ווי חזנים זענען ארויסגעפארן 'פראווענען' שבתים אין די קליינטשיגע שטעטעלעך, מהנה צו זיין די דארטיגע אידן, פארשייטזיך אז מיט דעם חזן איז מיטגעקומען די גאנצע קווייער, אין שטעטל איז מען שוין אנגעקומען צוויי דריי טעג בעפאר שבת, מ'האט געמאכט די פראבעס (וואס דער גאנצע שטעטל האט אוודאי מיטגעהאלטן), ווער רעדט נאך ווען סיגעקומען שבת אליין, איז דאס געווען א גאנצע סענזאציע וואס די גאנצע שטאט האט מיטגעהאלטן, א השגה אין עונג שבת.

***

ווי א רויז וואס עפענט זיך, אזוי האבן זיך גענומען פונאנדער-שפרייטן יונגע חזנים אין די מאסן. פארשטייטזיך אז פונקט ווי היינט אין די 'זינגעדיגע' וועלט, זענען דא 'די' וועלעכע זענען אין די ''טאפ אוו די ליסט'', אזוי איז אויך געווען דאן מיט חזנות אויף אביסל א שטערקערן פארנעם, ווייל מ'דארף אינאכט נעמען, קודם כל די אידישע פאפיולאציע איז געווען גרעסער, מ'האלט דאך דא 40-50 יאר פארן שרעקליכן חורבן, מילא אז ס'איז געווען מער מענטשן, איז געוועזן מער 'טאלאנט', והשנית, דער עיקר פון א חזנ'ס פלאץ איז געווען אין ביהמ"ד, יעדן שבת ויו"ט. נו, ס'איז דאך געווען אזויפיל שוהלן, און אזויפיל שטעטעלעך, מילא איז געווען פיל מיט ברעטעלעך.

דרך אגב: ווילנא איז אויך געווען איינע פון די פאפולערסטע שטעט ווי א סך גרויסע חזנים האבן דארט אנגעהויבן זייער קאריערע.

ווי געשמועסט, זענען געווען אזאלעכע 'אויסדערוועלטע חזנים' , אט די חזנים האט מען גערופען 'די סטאר קאנטארס', דא שטעלט זיך די פראגע: וויזוי ווערט מען א סטאר-קאנטאר?, אנדערש ווי מ'זעעט היינט, להבדיל אין די גוישע וועלט, ווערט די טיטל 'סטאר' היבש מאל גענוצט אויף די נישט ריכטיגע פערזאנען, ממש צום שטוינען, אפי' אין די 'אפערא' וועלט, איז דא אזאנע וואס טענה'ן אז, דאס וואס 'לואיס פאוועראטי' איז געווען די קינג, טענה'ן די חולקים, אז דאסיז געווען מער א פאליטיקעל מאנועוורע, (באלאנגט אין אן עקסטערע שמועס), פארשידענע זינגערס דרייען זיך היינט ארום מיטן נאמען 'סטאר' וואס זענען זייער ווייט פון זיין א סטאר, נאר די ווינט, דער רוח שאינו מצוי' האט אזוי דאמענירט, אבער דאס איז היינט (ביי די אוה"ע פארשטייטזיך). ביי חזנות איז נישט אזוי געווען, אידן זענען מבינים בני מבינים, און די 'סטאר קאנטארן' האבן זיך באמת פארדינט דעם נאמען סטאר.

וויזוי ווערט מען א 'סטאר קאנטאר'?, א תשובה צו דעם וועליך באלד שרייבן, לאמיר קודם ממשיך זיין מיטן היסטארישן חלק.

***

וויזוי זענען די חזנים נתגדל געווארן:?

א גרויס חלק חזנים, סטארס ווי נישט סטארס צו-גלייך, זענען שוין אלץ קינד געווען געקרוינט אלץ חזנים. צו זיי זענען געבוירן געווארן ביי משפחת חזנים, א גרויס טייל האבן געזונגן אין קווייערס, טאקע ביי די חזנים וואס כ'האב פריער דערמאנט, עטליכע פון זיי פלעגן דינען אלץ 'סאלא' אין זייער קווייער. אנדערע האבן שוין אלץ קינד געדאווענט פאר אידן, אזוי צו אזוי האבן זיי שוין אלץ קינד באקומען די גאר שטארקע יסודות פון חזנות און בעלי תפלה, ווייל געדענקן דארף מען, אז דאווענען איז פונקט ווי איינער וואס דרייווט א קאר אדער טרעין, דער בע"ת דארף זאגן דעם נוסח און אויסדרוקן זיינע תנועות, אין איינקלאנג מיט די פירוש המילות, נאך מער, ער דארף מיט זיין דאווענען "פארטייטשן" די ווערטער, און דעס צו עררייכן, דארף מען האבן שימוש, און דאס איז געווען איינס פון די פונדאמענטאלע יסודות וואס די אמאליגע חזנים האבן געלערענט ביי זייערע רעביס, די קווייערס פלעגן האבן פראבע שעות אויף שעות, ביז ס'איז געווארן נחקק בלבם.

חזנים ליבערס קענען מעיד זיין דערויף, לדוגמא: בידידי הוה עובדא, כאב קיינמאל נישט אריינגעטראכט אין די ווערטער וואס מיר זאגן ביי תחנון 'חון אום לשמך מקוה', ביז כאב געהערט ווי חזן 'מרדכי הירשמאן' זינגט עס אראפ, ממש ער פארטייטשטאס, 'לייטזעליג דעם פאלק וואס צו דיין נאמען זיי האפן',די וועג פון זיין זינגען האט מיר מעורר געווען צו טראכטן דעם טייטש.

וואס כ'וויל דא באטוינען, כאטש ס'פארט ארום מעשיות איבער חזנים אמעראצעם, קען זיין אז אין תורה שבעל פה זענען זיי נישט געווען בקי, צדיקי הדור האבן זיך אויך נישט משדך געווען מיט זיי, אבער פירוש המילות האבן זיי גאנץ גוט גיכול'ט, (סך חזנים האבן אלץ קינד געלערענט געהעריג אין חדרים, נאר שפעטער אוועק 'געשיפט').

שטום בילדונג:
און צוגאב, האט א געוויינטליכע חזן אויך גענומען 'שטום בילדונג'. שטום בילדונג, אדער 'וואויס לעסאנס' וויזוי מיר רופען עס דא אין אמעריקע איז זייער א וויכטיגע זאך פאר א חזן, אפי' א חזן מיט א מאסיווע שטומע, כדי אז דאס געזאנג זאל זיין שיין און הערבאר, פארלאנגט זיך א שיינע פאר יאר צו טרענירן און אויסשלייפן די שטומע, רעגולירן דעם אטעם, און אלעס וואסיז נכלל אין דעם. א טיטשער פאר זונגען האט געמיינט נישט בלויז לערנען 'שטימע' נאר אויך 'מוזיק טעאריע' און אלעס וואסיז שייך מוזיק, מילא איז אויסגעקומען אז דער חזן האט פארמאגט תורה ושטומע במקום אחד, תורה: ער האט געוואוסט וויזוי צו דאווענען, וויזוי צו זעצן די פירוש המילות, שטומע:, די אמאליגע חזנים האבן עפעס א מין צויבער און איידעלקייט אין זייער קול\געזאנג, אבער צו די זעלבע צייט הערט מען ביי זיי עפעס א מין קראפט, עפעס א מעטאלענעם אפקלאנג אין זייער שטומע, וואס מ'הערט כמעט נישט זינט זייער תקופה האט זיך געענדיגט, דעריבער איז נישט קיין וואונדער מיט וואס זיי פארדינען זיך דעם טיטול 'גאלדען עידזש'.

און איין ווארט: ביי א גוטע חזן האט גוט געקענט בייוואוינען דעם 'לשמוע אל הרנה ואל התפלה'.

***
רעקארד עפאכע:
די קלימאקס פון די 'גאלדן עידזש' איז אבער אנע ספיקות ארויפגעשווימען מיט איר שענסטן גלאנץ ווען ס'איז ערשינען די גראמאפאון פלאטן (רעקארד פלעיערס), ווי 'קווארטין' שרייבט אין זיינע מעמוארן, אז דאס גאנצע אידענטום (נישט באשטומט וועלכע 'גאנצע' ער מיינט) האבן אנגעהויבן זיך איינצוהאנדלן די רעקארד פלעיערס, און, יאללא, דער עולם האט אנגעהויבן צו הערן חזנות,פון אלע פענסטערס האט זיך געהערט דעם חזנ'ס קול. דער גרויסער אררענדזשער 'יוסף רומעשינסקי', שרייבט אויך אין זיינע מעמוארן אז אין די אידישע איסט סייד אין יענע יארן (מיטעלע תר"ס יארן, בערך) האט די רעקארד פלעיערס כסדר געשפילט חזנות, ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן, ער שרייבט אז די מערסטע הערבארע רעקארדס וואס מ'האט געהערט ארויסזינגען פון אידישע הייזער זענען געווען פון קווארטין (כעל שפעטער שרייבן מיט וואס זיינע רעקארדס זענען געווען אזוי מפורסם, א זאך וואס מ'פארשטייט נישט היינט אזוי).

די הונטערשטע שורה איז: אז אין יענע תקופה, בפרט ווען די רעקארדס זענען ארויסגעקומען, האבן מענטשן ממש געאטמט מיט חזנות. ס'קוקט אפשר אויס ווי שבת אין ביהמ"ד איז געווען די 'היי-לייט' פון חזנות, אבער א גאנצע וואך איז געווען מעין שבת, אזוי ווי מ'זאל היינט עסן א טשולענט מיטוואך אדער דאנערשטאג, ווייל מ'וויל שוין שפירן דעם שבת, אט אזוי איז געווען מיט די שטיקלעך צו וואס די אידן האבן זיך צוגעהערט במשך די וואך, כ'שטעל זיך פאר אז די טעג נענטער צו שבת האט מען זיך מער צו-חזניצט, ווער רעדט נאך ווען ס'איז געקומען שבת אליין, זענען אידן געלאפן אין שוהל און געזיצן א שענע פאר שעה, אויסצוהערן דעם חזן מיטן קווייער.

אמעריקע:

נאכן ערשטן וועלט קריג, האט זיך די גאלדן עידזש היבש אריבער געצויגן דעם אנטלאנטיק אוקעאן, און געלאנדענט אין אמעריטשקע, פארשטייט זיך אז דער 'גלאריע' איז געווען אין ניו יארק ווי ס'איז געווען די גרעסטע אידישע פאפיולעריטי, אין דא האבן אימיגרירט די 'סטאר קענטארס' א שטייגער ווי, חזן יאסעלע ראזענבלאט (וואסיז שוין דא געווען פריער), מרדכי הערשמאן, זיינוויל קווארטין, דוד שטיינבערג, דוד רויטמאן, בערעלע חגי, שור, און א סך אנדערע, וואס זענען אפשר נישט געווען אזוי באקאנט, אבער זיי זענען אויך געווען לייבן. דאהי אין נ.י.ס. האבן זיך די חזנים באזעצט אין די שיינע שוהלן, ארויס געגעבן נאך שענערע רעקארדס, געפראוועט הערליכע קאנצערטן סיי אין ניו יארק, אין סיי אלל אווער די קאנטרי. די אמעריקאנער אידענטום איז געווען אין זיבעטען רום, זיי האבן זיך געקענט עפפארדן צו צאלן פאר בילעטן, פון קיין אנטיסעמיטזים האט מען בדרך כלל נישט געליטן, אט דאסיז געווען די 'גאלדן עידזש'.

אביסל שפעטער זענען אינטערגעוואקסן די באקאנטע חזנים, לייב גלאנץ, משה אוישר, בן ציון קאפאוו קאגאן, פיער (פנחס) פינטשיק, יוסף שליסקי, לייבעלע וואלדמאן, וועמען דרך אגב, יאסעלע האט זייער געגליכן, און נאך אנדערע, וואס האבן נאך היבש געענדלט צו די 'גולדען עידזש' חזנים. דאן קומען די חזנים וואס זענען בעיקר געווארן פעימאס נאכן קריג, א שטייגער ווי די קוסעוויצקיס, משה-דוד-שמחה-מיט יעקב, אלע פיר זענען געווען לייבן אין חזנות, חזן יושע ווידער ז"ל, שבתאי אקערמאן, שלום כ"ץ, יוסף איידלסאן, משה פרייס, שמואל וויגאדא (וועלכע האט אויך ארויסגעגעבן א בוך פון חזנים ביאגראפיע) און דער לעיט חזן משה גענטשאפף און נאך אנדערע. (זוי ווי כ'האב אנהויב דערמאנט, כעל מיטן אויבערשטנס הילף פרובירן צו מאכן באשרייבונגן אויף יעדן חזן באזונדער מיט די קלארע דעטאלן פונקטליך וואס וואו און ווען, כפי שידי מגעת).

ליידער איז די 'גולדן עידזש' אינטערגעגאנען צעזאמען מיט חזנות, און כ'וועל שפעטער שרייבן די סיבה דערצו, אבער די גוטע נייעס איז אז מ'קען היינט הערן צענדליגע רעקארדירונגען וואס זענען ממש למשיב נפש פאר די וואס גלייכן חזנות.

***

לאמיר צירוק גיין צו א פריערדיגע פראגע, דהיינו, וויזוי ווערט מען א 'סטאר קאנטאר'?, דער ענטפער איז עטליכע זאכן.

שטומע:
ס'איז זעלבסט פארשטענדליך, אז דו וויכטיגסטע זאך פאר א חזן איז, צו האבן א שטימע, און א שטימע מוז נישט דייקא מיינען א גרויסע שטומע, ווייל ס'איז גראדע געווען א שיינע צאל אויפגעכאפטע חזנים מיט נישט אזאלעכע גרויסע שטומעס, א שטייגער ווי דוד רויטמאן, פיער פינטשיק, אבער א שטומע ד.ה. א שיינע געפארעמטע קול, מוז מען האבן. זעלבסטפארשטענדליך, ווי גרעסער דעם חזן'ס שטומע , הרי זה משובח, אבער שטומע אן מתיקות, אן דעם "חזנות שעיפ", הייסט מען נאכנישט קיין חזן, מעג די שטומע זיין גרויס ווי דער סמבטיון (געהערט נאכזאגן בשם אן אלטער איד, אז אינדערהיים זענען געווען אידישע פויערן וואס האבן מיט זייער קול געקענט מאכן ציטערן דערפער, אבער א אידיש ווארט האבן זיי נישט געקענט ארויסזאגן...) ס'זעלבע פארקערט, מתיקות אן קיין שטומע איז שווער צובאקומען דעם טיטול חזן.

קוואליטי אויף חזנות:
זייער א סך מאל קען מען אנצונדן א טעיפ פון א גוטע חזן מיט א מעכטיג שטום, אבער די קוואליטי פון די קאמפעזיציעס זענען שוואך, דאס אפטיילונגען פון די פעלער זענען נישט ס'בעסט אויסגעלייגט, א.א.וו.

די בעיס (באזע) פון חזנות:
ס'איז וויכטיג צו נעמען צו קענטעניס אז די 'באזע' פון די אמאליגע חזנים איז נישט געווען אין 'מוזיק סטודיא', און אפי' נישט ביי קאנצערטן, די באזע איז געוועזן ביים 'עמוד' ביים שטענדער אין ביהמ"ד, דארט ווי מ'האט שוין אלס קינד געזונגן. דער 'מוזיק סטודיא' ווי דער חזן האט אראפגעזונגן זיינע שטיקלעך, אדער די קאנצערט ווי דער חזן האט איבערראשט די מאסן, זענען געווען בלויז א 'פועל יוצאת' א תוצאה פון יארן דאווענען ביים עמוד, פון יארן אויסארברייטן די 'מתנה' וואס דער רבוש"ע האט געגעבן פאר דעם ספעציפישן חזן, מילא קומט אויס אז דער חזן וואס האט גאר גוט געדאווענט האט גאנץ שנעל באקומען דעם טיטול 'סטאר'.

כ'וואלט לכתחילה נישט געוואלט געבן קיינע ביישפילן, אבער אויפן שפיץ גאפל עלעך פרובירן מסביר זיין, חזן דוד רויטמאן, האט נישט געהאט אזא גרויסע שטומע, אבער ס'איז געווען זייער מתוק, דער עיקר איז געווען זיין דאווענען, ער האט געדאווענט זייער 'פרעכטיג', וואס די אמאליגע אידן האבן זייער שטארק אנערקענט, בדומה לו איז אויך געווען חזן ר' יענקעלע פעסטער ז"ל, אין אר"י, וואס מענטשן זענען אים געגאנגען הערן דאווענען אין די מאסן. יאסעלע ראזענבלאט האט נישט בלויז געהאט די געבענטשעסטע שטומע אין די היסטאריע וואס מיר ווייסן, נאר ער האט אויך גוט געוואוסט וויזוי אויסצוניצען זיין מתנה, מיטן אראפזינגן די שענסטע שטיקלעך, דאס זעלבע זאגט מען אויף זיין דאווענען, מילא פארדינט ער ערליך דעם טיטול 'מלך החזנים'. ווידער מרדכי הערשמאן האט אויך נישט געהאט די ברייטסטע שטומע, אבער סיז געווען זייער טיף און מעכטיג, ער האט געהאט תרתי לטוביתא, ער האט געהאט זייער א זיסע שטומע, און איז אויך געווען זייער א זיסע זאגער. גרשון סיראטא הי"ד האט געהאט זייער א ריזיגע שטומע, מן הסתם די גרעסטע שטומע פון די גאלדן ערא, אין דאס האט אים שטארק געברענגט צו די זיין פון די טאפ אף די ליסט, ער זאגט גאנץ פיין אויך, אבער די לייב שטומע וואס ער האט פארמאגט איז דאסיז לכאורה וואס לייגט אים אף די פראנט ליין.

אין איין ווארט:, די שטומע, די קאמפעזיציעס, די געזאגעכטץ, די דריי עלעמענטס האבן גע'סטארט' דעם חזן.


***

כאב פריער ערווענט נאך איין פראגע, דהיינו, מיט וואס איז חזן 'זאנוויל קווארטינס' רעקארדירונגען געווען אזוי אויפגעכאפט ביי די מאסן, כ'וויל מיך שטעלן אויף די פראגע ווייל מיט דעם ברענגן מיר אביסל ארויס וואס א חזן האט באדייטעוועט, די סיבה איז לכאורה עטליכע פאקטארן, 1) אז אויב ביי אונז (אין רוב חסידישע קהילות), איז דער 'וכולם מקבלים עליהם עול' שטארק געענדלט צו קווארטינס סטייל געזאגעכטץ (פון ווי דען האט ער עס גענאשט-הי אדמיטס איט הימסעלף), איזעס בימים ההם, בפרט אין די מקומות ווי מ'האט געדאווענט מיט א געשמאקלאזן נוסח, געווען א שטארקן חידוש, אידן האבן אנגעהויבן פילן א טעם, א היימישקייט אינעם שבת'דיגן דאווענען, 2) און צוגאב צו דעם זענען שוין ליידער געווען זייער א סך פארפרעמדעטע אידן, וואס האבן צוליב די השכלה, ציוניזים, זיך שוין היבש אראפגעגליטשט, אבער דאך האט זיי פארבענקט א אידיש ווארט, זיי האבן דאך גערעדט אידיש, שבת האבן זיי נאכאלץ ליב געהאט א אידישן קישקע מיט געפילטע פיש, פארן אדער נאכן אהיימקומען פון טיאטער... (ליידער), סאו, קווארטין האט זיי דעליווערט זייער דעפישענסי אויף זייער א שטארקע פארנעם. 3) און ועל כולם, קווארטין האט זייער שטארק אריינגעטייטשט אין זיינע שטיקלעך דעם אידישן גלות אבער מיט דרייסטקייט, דאס האט עפעס אפגעקלונגען ווי א געבעט מיט א האף צוזאמען, און דער גלות איד, אפגעזען פון וועלעכן שיכט, האט דאס גוט פארשטאנען.

די דריי סיבות שטיצט אונטער מיין באהויפטונג וואס כ'האב פריערט מדגיש געווען, דהיינו, וואס די אמאליגע אידן האבן בעיקר געוואלט הערן פון א חזן, און וואס דער חזן האט בעיקר דעליווערט, "א גוטן דאווענער" "א גוטער בעטער" " און א גוטער פארטייטשער".
קווארטין סטייל ווערסעס יאסעלע ראזענבלאט, ס'איז מסתבר אז דאס זענען געווען צוויי באזונדערע סטיילס, ווען קווארטין איז געווען מער 'נוסח', איז יאסעלע געווען מער 'זינגעדיג' (אויף די רעקארדס פארשטייטזיך), ווען הערשמאן איז געווען מער זינגעדיג, איז רויטמאן געווען 'אביסל' מער זאגעדיג, א.א.וו.. פונקט ווי היינט זאל זיך איינעם פארגליסטן צו הערן א טעיפ פון מ.ב.ד., און מארגן א טעיפ פון א מגיד, אזוי איז אויך, כנראה בעיני, געווען דאן.

א צווייטע סברה לאזט זיך זאגן, אז יאסעלע איז אביסעלע שפעטער ערשינען מיט זיינע פאפולערע רעקארדס, מ'קען נאך ברייט ארומרעדן דערוועגן, ועוד חזון.
***

חזנות בזמננו

סי נאך דא א סך וואס צו שרייבן בנוגע די גאלדן עידזש, אבער דעס וועט מען מוזן ארויסקומען ווען כ'על שרייבן אינדעווידועלי מיטן אויבערשטנס הילף.

כ'וויל אבער אויספירן וויזוי ס'האלט היינט מיט חזנות.

די היינטיגע וועלט ד.ה. די ליסטענערס, דע אודיענס, זענען נישט אינטערעסירט צו הערן חזנות, צו ווייל מ'האט נישט קיין געדולד, צו ווייל ס'איז היינט אוועילעבעל אלע מינע סארט 'אינסטענט' מיוזיק, וואס היום כאן ומחר... באינסינערעטאר..., בעיקר מיין איך אז די היינטיגע וועלט, אין דזשענעראל, איז פויל צו טראכטן וואס הייסט 'ארט מיוזיק', צו ס'איז קלעזמער, ווייאלין, חזנות, וכדו., כ'מאך נישט חלילה אוועק, ס'דא א סך מוזיקאלישע יונגעלייט וואס מיר קענען באמת שטאלצירן, אבער דארט ווי מ'דארף נוצן מחשבה איז דא א שטארקע דעפישענסי, נישטא קיין געדולד, מילא איז 'אין מלך (חזן) בלא עם' (אוידיענץ).

א צווייטע פראבלעם וואס מ'הערט פון א סך חזנים, אז ביים עמוד זענען זיי פיין, אבער ביים מייק האבן זיי שוועריקייטן, סך מאל, די איבער-פאוער פינעם היינטיגען סאונד סיסטעם קען ציטומלען דעם חזן, א קלינגעדיגע מייק נעמט אוועק געוויסע כוחות פון די שטומע (אמאל האט מען נישט געזונגן אין קיין מייק, איינס ווייל סיז נישט געווען, צווייטנס, שבת דאווענט מען נישט אין קיין מייק), ביי א קאנצערט איז לכאורה נישטא דער פראבלעם ווייל דארט שטעלט מען אויס דעם מייק סיסטעם מער קאסטאם צום חזן, איז די פראגע, וויפיל קאנצערטן קומען דען פאר. מצד השני ווען מ'הערט שוין יא א חזן, וויל מען בעיקר הערן ווי דער חזן ציהט ארויף, אבער נישט וואס ער זאגט, סיז היינט א פארפלאגטע וועלט, מילא גיי בעט א חזן וואס ארבייט, ער זאל זיך שטעלן ארויפציען, אן געהעריג זיין צוגערישט, בקיצור דער רוח מקום וזמן, איז עפעס נישט צו געאייגענט היינט פאר חזנות. מ'דארף אבער דאך אפרישיעטן ווען א חזן שטעלט זיך יא אויף בזמננו, ווי גאט טו טעיק אוט די בעסט אף איט.

די פאסיגסטע פארשלאג אביסל צו אימפראווען חזנות בזמננו (אויב איז נאך שייך), איז אז מ'זאל מער צולאזן דעם חזן צום עמוד, דער חזן זאל דאווענען מער אויפן בעל תפילה'שן שטייגער, גוט ארויסברענגן דעם נוסח, מיט ווייניגער חזנות אריינגעבלענדט, זינגען גוטע היימישע ניגונים וואס דער עולם קאן מיטזינגען (מתפללים האבן ליב צו זיין אינוואולווד), אזוי אז דער עולם זאל דאס אביסל מער אפפרישיעטן, און דער עיקר, נישט מאריך אף זיין, אבער גוט דאווענען, אזאנס האט דער עולם נאך היינט הנאה. (ס'איז דא אן אינטערוויו מיטן היינטיגן זקן החזנים, משה שטערן לאוי"ט, וואס דברי כדבריו).

ע"כ וואס איך קען אביסל באשטייערן צו די היסטאריע פון חזנות, אזוי כ'האב אנגעהויבן, כאבעס פרובירט צו מאכן מער בקיצור, נישט אריינצוגיין אין צופיל דעטאלן, כדי אונז פשוטע ליינערס זאלענעס פארשטיין, אפי' אזוי איז דאס שוין אביסל פארצויגן, ואתכם הסליחה. כ'האף אין דער נאנטער צוקונפט, צובאשרייבן די חזנים אינדעווידועלי.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז ואשי ישראל ותפלתם מהרה באהבה תקבל ברצון.

און אצונד בעט איך מיינע חברים צו-צולייגן תבלין. א דאנק.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר