בלאט 1 פון 1

אלגעמיינע ניגונים מומלצים

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:31 am
דורך לעיקוואד
כידוע לכל, פאלט אמאל אריין ניצוצות הקדושים בין האומות והקליפות, מאכט זיך אמאל מטרעפט אז ספאלט אריין בין האומות ניגונים וואס וואלט ווען געפאסט פארן רבי'ן אליינס. וכידוע סיפורי צדיקים בזה.

דערפאר עפען איך דער אשכול געווידמעט אז ווער עס טרעפט עפעס א ניגון וואס איז מעורר, משמח, אדער סתם וואס זעהט אויס אז דער עולם קען הנאה האבען דערפון, אדער וואס ער אליינס האלט און האט הנאה דערפון, זאל ער עס דא אנצייכענען. ווער וייסט, אפשר וועט מען עס נאך זינגען ביים באטע איין ליל ש"ק..

(רוב וועלטליכע ניגונים קען מען טרעפן אויף יוטוב אדער ענליכע סייטס. ע"פ פסק מרן מלכא פוסק הדור הג"ר עובדיה יוסף שליט"א מעג מען הערן אויך ניגונים פון נשים כל שאינו ביודעה ומכירה באופן פרטי)