נייע סידי: 'על המזון'

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

נייע סידי: 'על המזון'

שליחה דורך מ. גליקמאן »

כ'גלייב אז רוב עולם דא האט שוין געהערט פון די סידי 'אמן ואמן' וואס איז ארויסגעקומען אפאר יאר צירוק דורך די וועד מורא מקדש- א וועד וואס גיבט זיך אפ צו פארשפרייטן דאס ענין פון די גרויסקייט פון ענטפערן אמן, און נישט רעדן ביים דאווענען.
יענע סידי איז געווען (עט-ליעסט אין מיינע אויגן) א היט פון א סידי. אנגעהויבן פון די ניגונים און געענדיגט ביי די זינגערס און די גראמען אינצווישן. אלעס איז געווען עפעס אזוי הארציג און פראפעסיענעל אראפגעלייגט אז מען האט זיך געקענט באלעקן די פינגער'ס.
אינצווישן האבן זיי ארויסגעגעבן די סידי אויך אין א ספירה ווערסיע אן א מוזיק, און אזוי אויך אין א ענגלישע ווערסיע, ס'הייסט די זעלבע ניגונים נאר אפגעזינגען אין ענגליש.

די לעצטע שטיק צייט זענען כסדר געווען באריכטן אז די וועד ארבעט אויף א פרישע פראיעקט, און דאס איז איבער די גרויסקייט פון ברכת המזון.
איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געטוהן איז געווען צו פארשפרייטן אזאלכע 'בענטשערלעך' אין די רעסטוראנטן אז מענטשען זאלן קענען בענטשען פון אינעווייניג וואס איז א סגולה פאר פרנסה ווי באקאנט.
און פונקט ווי ביי די פריערדיגע 'אמן' פראיעקט האט די וועד ארויסגעגבן א סידי וואס האט מעורר געווען זייער אסאך אידן, האט די וועד געמאלדן אז דאסמאל וועלן זיי אויך ארויסקומען מיט אזא סידי.

נעכטן איז געקומען א מעלדונג אז די סידי שטייט שוין אין די סאמע לעצטע פאזעס און וועט שוין זיין צובאקומען אין די געשעפטן אויף זונטאג פרשת כי תבא בעזר השם.
די סידי וועט ענהאלטן זעקס טרעקס און צען ניגונים. (יעדע טרעק האט אפאר ניגונים)
די זינגערס וועלן זיין דער באוויסטער גראמער ר' וועלוול פעלדמאן ני'ו, ר' מאטי אילאוויטש ני'ו, ר' שלומי דאסקאל ני'ו, ר' שראגי געשטעטנער ני'ו, ר' מושי אייזענבערג ני'ו, און עפעס א נייע ילד הפלא 'פנחס מסרנו'.
איינע פון די ניגונים גייט זיין די באקאנטע בענטשען ניגון וואס ווערט געזונגען ביי זייער אסאך תינוקות של בית רבן. (אן איידיע וואס איך גלייך זייער שטארק.)
מוזיק איז געמאכט דורך ישראל לאם און חזקי ברויער.
אויך קומט ארויס א פראמאושען קליפ דורך אן טיים סטודיאס וואס זיי זאגן אז עס איז מורא'דיג אינטערסאנט.

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן פאר די וועד אז זיי זאלן ווייטער מצליח זיין און קענען אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט מיט הרחבת הדעת.

אינפארמאציע גענומען פוןדא.
די קאווער.
בייגעלייגטע פיילס
CoverAlHamuzen_Page_01.jpg
CoverAlHamuzen_Page_01.jpg (52.1 KiB) געזען געווארן 2690 מאל
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר