קלאסישע מוזיק

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

קלאסישע מוזיק

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:40 pm

איך בין לעצטנס געווארן א ליבהאבער פון קלאסישע מוזיק. די אנגענעמע נאטן און די שלוות הנפש וואס גיסט זיך ארויס דערפון נעמען מיר איבער ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. און א גרויסע מעלה איז אז עס נעמט נישט אוועק דעם קאפ פון טון סיי וואס. איך קען וואשן די געשיר, ליינען א בוך, און שרייבן אויף קאווע שטיבל בשעת די זיסע מעלאדיעס פילן אן דעם שטוב. אזוי ווי איך בין נאך א רויער אין דעם פעלד, וויל איך בעטן אז אלע וואס האבן עפעס א קענטעניס דערין זאלן מיטטיילן מיט'ן עולם זייערע ידיעות און מיינונגען דערין, און אויב מעגליך ארויפשטעלן קליפס פון רייכע שטיקלעך.
איך וועל אנהייבן מיט איין שטיקל וואס איז גאר בארימט און איז פארבליבן אלס איינע פון די שענסטע אין דעם פעלד פון קלאסישע מוזיק. עס רופט זיך די פיר סעזאנען, און עס באשטייט פון פיר קאנצערטן אקעגן די פיר סעזאנען פונעם יאר, ווינטער, פרילינג, זומער, און הערבסט. און עס איז געווארן קאמפאזירט דורך דעם איטאליענישן קאמפאזירער אנטאניא וויוואלדי, וועלכער האט געלעבט מיט ארום דריי הונדערט יאר צוריק. פאלגנד איז א יו טוב קליפ דערפון.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8165 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:36 pm

ס'דא א קלאסיקל ראדיא סטאנציע אין ניו יארק
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:54 pm

זר זהב האט געשריבן:ס'דא א קלאסיקל ראדיא סטאנציע אין ניו יארק

ס'ארבעט ביי מיין דענטיסט
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3782 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4380 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:01 pm

די קלאסישע מוזיק ראדיא סטאנציע אין ניו יארק איז אויף 105.9 FM.
די בארימטע פון זיי זענען בעטהאווען מוצארט באך מענדלסאהן ליסט שובערט וויוואלדי הענדעל און נאך
וואגנער איז זייער בארימט נאר ארומגענומען מיט קאנטארווערסי פירענדיג אנטיסעמיטישע קאמפיינען און איז געווען א ליבלינג ביי די נאציס די איזראלישע פילהארמאניק האט אים דערפאר באקיאטירט
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2227 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:30 pm

moti107 האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ס'דא א קלאסיקל ראדיא סטאנציע אין ניו יארק

ס'ארבעט ביי מיין דענטיסט

די עיקר וויל איך וויסן וועלכע סטאנציע ארבעט ביי טאמבל סאס'ס דענטיסט

יאיר האט געשריבן:איך בין לעצטנס געווארן א ליבהאבער פון קלאסישע מוזיק. די אנגענעמע נאטן און די שלוות הנפש וואס גיסט זיך ארויס דערפון נעמען מיר איבער ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. און א גרויסע מעלה איז אז עס נעמט נישט אוועק דעם קאפ פון טון סיי וואס. איך קען וואשן די געשיר, ליינען א בוך, און שרייבן אויף קאווע שטיבל בשעת די זיסע מעלאדיעס פילן אן דעם שטוב.

כ'בין נישט קיין גרויסע קענער, אבער די שלוות הנפש איז נאר ביי געוויסע שטיקלעך, און ביטהאווען און מאטצארט זענען בעיקר פון די סארט, אבער ס'דא שטיקלעך וואס צושטורמען די נשמה אזש מ'קען אויף גארנישט קאנצעטרירן, נאר מ'ווערט איבערגענומען פון די מוזיק און ס'ברענגט ארויס פון די כלים.

כ'האב א שטיק צייט פראבירט צו ארבעטן צו מיין פאנדארא סטאנציע פון קלאסישע מוזיק, אבער כ'האב גארנישט געקענט טוהן, ביי יעדע צווייטע שטיקל האט זיך די גאנצע אפגעשטעלט, די גאנצע קאנצעטרירונג איז פארגאנגען, אקיצור ס'נישט געווען קיין תכלית.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5527 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7586 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:15 am

א דאנק דיר, יאיר, פאר'ן עפענען אזא וויכטיגער אשכול.

די ערשטע מאהל איך האב בכלל געהערט די סארט מוזיק איז טאקע געווען ביים דענטיסט... אודה ואבוש אז איך האב עס נישט געקענט דערליידן, נאך א מזל אז דער חובת הלבבות האט נישט גענומען פאר א משל א קעסטל נאטן וואס האבן זיך אויסגעגאסן און געשאפן א סימפאני פון מאזארט, ווייל אט דאס איז עס געווען אין מיינע אויערן, א געמויזעכטס פון נאטן - פערטלעך, אכטלעך און זעכצנטלעך פאלן אראפ און פליעהן דראסטיש צוריק ארויף נאר צו קענען פאלן נאך נידריגער, קיינע זאצן קען מען נישט ערווארטן - פאראגראפן אפגערעדט.

איך בין שוין אבער פאראויס געקומען, איך שפיר שוין אז עס ליגט אין דעם אן אור גדול - מרחוק הויה נראה לי, איך האב אבער נאכנישט די כלים עס אויפצוכאפן און ריכטיג אפלערנען, אפשר קען איינער פון די מלומדים דפה געבן א שיעור כללי פאר מתחילים.

דא האב איך געברענגט א שטיקל פון ביעטהאובען וואס דאכציך אז דער עולם קען.

פטור בלא מאזארט און ביעטהאובען א"א, דא האט איהר פון BBC א הערליך שטיקל ארבעט, דאס לעבן פון מאזארט און דאס לעבן פון ביעהאובען געמישט מיט אסאך פון זייערע קאמפאזיציעס.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7578 מאל

הודעהדורך טעפל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:59 am

@יאיר, א גרויסן שכוח, איך בין זיך ממש מחיה מיט קלאסישע מוזיק, אפילו כ'בין נישט אזא מבין אין דעם, די עיקר געשמאק פון דעם איז טאקע ווען די הערסט אפאר מאהל און די קענסט עס שוין, ס'איז ממש א נחת, איך ווער פשוט פארחלומט..
דא איז דא א שטיקל פון יונתן בארהאמס באקאנט אלץ דעם אונגערישען טאנץ דעם פיפטען, כ'ווייס נישט אויב ס'געהערט דא, אבער ס'איז הערליך שיין און גרינג.
http://www.youtube.com/watch?v=3X9LvC9WkkQ
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך לבונה זכה » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:51 pm

די doina סטיל פון מוזיק איז אויך גאנץ אינטערעסאנט.

http://www.youtube.com/watch?v=XKCVUbxpHjM

http://en.wikipedia.org/wiki/Doina

הערט דאס צו מיט פארמאכטע אויגן. איר קענט "דערהערן" דאס דביקות...
לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

הודעהדורך גנדי » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:55 pm

אין נוי יארק איז דא א קלאסישע מוזיק סטיישאן WQXR

איך הער כסדר צו דערצו ווייל איך גלייב אז דאס איז וואס אונזערע זיידעס פלעגן הערן.

איך צינד עס אויך אן פאר מיינע קינדער כדי זיי זאלן זיך פארעקלען פון די היינטיגע פאפ מוזיק.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:15 pm

דא האט איר פליקס מענדלסאהנס פידל קאנצ'ערטא א זייער הארציג שטיקל ,אן אייניקל פונעם בארימטן אידישן פיליזאף און פארזאגער פון די אידישע בערלינער השכלה באוועגונג, דער פאטער זיינער א זוהן פון משה מענדעלסאהן האט זיך געטויפט צו קריסטנום נישט דוקא ווייל ער האט געוואלט נאנט ווערן צו יוזל'ן נאר אזוי ווי אנדערע , היינריך היינע און נאך, האט מען אלטץ יוד נישט געקענט קריגן א קאריער
http://www.youtube.com/watch?v=o1dBg__wsuo
איך פערזענליך האב זייער ליב באך, צוליב איר קאמפליקאציע די עיקר ווען מ'הייבט בכלל ליב האבן קלאסישע מוזיק איז ווען מהערט עס מערערע מאל אזוי אז די תנועות זינגט זיך מיט אין מח בשעת'ן הערן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נהורא נפישא אום זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:21 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2227 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:17 pm

די קליפ ארבעט נישט
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2365 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:27 pm

צום באדויערען לאזט ער זיך נישט ארויפלייגן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2227 מאל

הודעהדורך פידלער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:06 pm

פונקט היינט, אן ארטיקל אויף דעם טעמע. @יאיר

http://www.tabletmag.com/scroll/142253/ ... n-my-rabbi
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך נאטרוליסט » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:18 pm

פון בעטהאווען איז א חוב קדוש צו הערן די 9 סימפאניעס. די 3טע, 6טע 7טע און 9טע זענען די סמאע מעכטיגסטע.
דערנאך זיינע 5 פיאנא קאנצערטאוס, און זיין ווייאלין קאנצעראטו.

פון מאצארט זיינען פאראן 40 סימפאניעס, נישט אזעלכע קונסט ווי בעטהאווען, אבער זייער שיין מער פון היידען סטייל און קאנסטרוקציע.

עס איז קלאר אז איידער מ'הערט עס נישט עטליכע מאל, און מ'קען עס געהעריג רעגיסטרירן אין קאפ וועט זיך עס הערן ווי סתם צעדרייטע משונה'דיקע קולות (פאר דעם וועלכער איז קיין מבין נישט).

90 פראצענט היימישע אידן אדער מער פארשטייען בכלל נישט דערצו, און מיינען נעבעך אז MBD און שוועקי זענען שיין.

ווער ס'פארשטייט מער און מער, הייבט אויך אן הערן מער קאמפאזיטארן, און הייבט אן דעקענען אויפ'ן "קאנדאקטאר" וואס ער צילט.

פון די סאמע גרעסטע קאנדוקטארן זיינע באוואוסט, הערבערט וואן KARAJAN, דניאל בארענבים, לעני בערנשטיין און נאך.
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:03 am

דא האט איר א ווידיא קליפ פון א פראפעסאר גיבענדיג א לעקטור איבער קלאסישע מוזיק און איר היסטאריע ס'איז זייער אינפארמאטיוו הערט אין האט הנאה
http://www.youtube.com/watch?v=FDvSvUmok4
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2227 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:28 am

נהורא, דיין לינק ארבעט נישט.
------
פידלער האט געשריבן:פונקט היינט, אן ארטיקל אויף דעם טעמע. @יאיר

http://www.tabletmag.com/scroll/142253/ ... n-my-rabbi

נאטרוליסט האט געשריבן:פון די סאמע גרעסטע קאנדוקטארן זיינע באוואוסט, הערבערט וואן KARAJAN, דניאל בארענבים, לעני בערנשטיין און נאך.

אינטערעסאנט, פונקט די וואך איז דא אן אינטערוויו אין המודיע'ס ענין מאגאזין מיט א רוסישער איד, א תלמיד און צוהעלפער פונעם וועלט-בארימטן קאנדאקטער בערענשטיין.

ער איז געבוירן מאחורי מסך הברזל, שפעטער אין ניו יארק ביים ארבעטען מיט בערענשטיין האט ער זיך באקענט מיט ר' יואל כהן, ווען ער האט זיך געגרייט צו פארן קיין לונדון אויף א קאנטעסט האט איהם ר' יואל מיטגעגעבן א טעיפ פונעם ליובאוויטש'ער רבי ז"ל, נאכ'ן דורכהארעווען דעם קאנטעסט - די סעמי פיינעלס און דערנאך די פיינעלס איז ער ארויס דער געווינער, א טאג דערנאך האט ער זיך געטראפן - נאך לאנגע חדשים יגיעה - נישט האבן וואס צו טוהן, האט ער אנגעצינדען דעם טעיפ, אויפן טעיפ איז געווען ווי דער רבי זינגט מיט'ן עולם דעם צמאה לך נפשי פונעם בעל התניא, פלוצלינג האט ער אנגעהויבן וויינען ווי א קינד - דער קאנטראסט פון דעם ניגון'ס גלאטקייט האט איהם אינגאנצן צונומען, סוכ"ס איז ער געווארן א בעל תשובה און געמוזט אויפגעבן זיין קאריער צו קענען האלטן שבת, קעגן די עצה פון בערענשטיין וואס האט גע'טענה'עט אז ווען ער קאנדאקט שטייט ער במדרגת הכה"ג אין קודש הקדשים.

ווי דערמאנט אין פידלער'ס ארטיקל האט בערענשטיין בגאונותו אמאל קאנדאקטעד נאר מיט זיין פנים, דא האט איהר א קליפ.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7578 מאל

הודעהדורך נאטרוליסט » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:22 am

דער וועג פון קאנדאקטן צווישן בערנשטיין און קאראיאן איז הימל און ערד. קאראיאן מיט זיין דייטשער פרעפעקציאניזם האט אויפגעשאקלט די וועלט מיט זיינע מייסטערפולע ווערק.

אך ווי קומט בערנשטיין אפילו נאענט צו אים. נאר בערנשטיין איז געווען דער ליבלונג פון ניו יארק, און גענוי ווי דער ארטיקל ציטירט איז לעני געווען א ליבלונג פון מענטשן, א צוגעלאזענער און באליבטער מענטש און האט אסאך קאנטריביוטירט פאר קלאסישע מוזיק.
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך טעפל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:17 am

פאר די אלע וואס ווינדערען זיך פון זיי קענען דעם אונגערישען טאנץ וואס כ'האב געברענגעט זאלן קוקען דא:
http://www.youtube.com/watch?v=monaXOpmH1U
פונעם באוואוסטען פילעם "דער דיקטאטאר" פון ר' צארלי צאפלין ע"ה..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:54 pm

יישר כוח יאיר פארן עפענען אן אשכול איבער דעם נושא. אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז קלאסישע מוזיק הייסט נישט קלאסיש וויבאלד עס איז מער קלאסיש און בוכשטאבליכן זין פון ווארט נאר וויבאלד רוב דערפון, און אזוי אויך דער סטיל, איז באשאפן געווארן אין די עפאכע וואס רופט זיך די קלאסישע עפאכע, ווען מען די מערב-וועלט קולטור האט אנגעהויבן נאכצומאכן די אידעען פון קלאסישן גריכלאנד. http://en.wikipedia.org/wiki/Classicism
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4450 מאל

הודעהדורך נאטרוליסט » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:14 am

גראדע זענען פאר'ן פארשידנע פעריאדן פון קלאסישע מוזיק.
די ערשטע תקופה איז באקאנט אונטער דעם נאמן "רענעסאנס". דאס איז די ערשטע תקופה. בערך אין 15'טן יאר הונדערט. די מוזיק איז נישט צום הערן. נישט צום שלונגען און נישט אויסשפייען.

די 2טע תקופה איז די "באראוק" פעריאדע. די באקאנט קאמפאזיטארן יאהאנוס באך, סעליארי, הענדעל (באקאנט מיט די פייער מוזיק און וואסער-מוזיק).

די 3טע תקופה איז די קלאסישע תקופה, היידען, מאצארט, בעטהאווען, שובערט, און נאך.

די 4טע תקופה איז די "ראמאנטישע" תקופה, די שפעטערדיקע ווי שומאן, פראנץ ליסט, שטראוס, וואגנער, ווארזשאק, שאפען, טשייקאווסקי.
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך לבונה זכה » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:28 am

נאטרוליסט, א דאנק פאר דיינע באלערנדע הגהות. אפשר הייבסטו אן צו געבן אביסל הדרכה און אפשאצונגען אויף אינדיווידואלע קאמפאזערס און זייערע ווערק. ווצב"ש הענדעל'ס "משיח" אא"וו. וישמעו רבים ויוסיפו לקח.
לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

הודעהדורך טעפל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:14 am

לבונה זכה האט געשריבן:נאטרוליסט, א דאנק פאר דיינע באלערנדע הגהות. אפשר הייבסטו אן צו געבן אביסל הדרכה און אפשאצונגען אויף אינדיווידואלע קאמפאזערס און זייערע ווערק. ווצב"ש הענדעל'ס "משיח" אא"וו. וישמעו רבים ויוסיפו לקח.

קודם האב איך געמאכט אזוכעניש אויף הענדלעס משיח, שיינע זאכען שיינע שטיקלעך, ישר כוח!
און @נאטרוליסט, ער זאגט גוט, אונז ווילן דברי הדרכה לכבוד יו"ט..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:28 am

יאיר, א דאנק! איך האב מיך מחיה געווען. איך וועל קענען זאגן: יאיר אין קאווע שטיבל איז געווען די ערשטע וואס האט מיר אריינגעגעבן א טעם אין קאלאסישע מוזיק. ער האט מיר מקרב געווען צום רעבין אנטאניאו און צום קלאסישן דרך.

ביי מיין דענטיסט שפיהלט ענליכעס, אבער פראנצויזישע סטייל, און א פראנצויזישע גויטע זינגט.
מער סאקסיש.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2853 מאל

הודעהדורך נאטרוליסט » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:49 pm

לבונה זכה האט געשריבן:נאטרוליסט, א דאנק פאר דיינע באלערנדע הגהות. אפשר הייבסטו אן צו געבן אביסל הדרכה און אפשאצונגען אויף אינדיווידואלע קאמפאזערס און זייערע ווערק. ווצב"ש הענדעל'ס "משיח" אא"וו. וישמעו רבים ויוסיפו לקח.


הענדלע'ס "מעסייע" איז "קארעל" - פאר די קירכע. מ'דערקענט אויף אלע פון הענדל'ס קאמפאזיציעס אז דאס זענען די סאמע ערשטע דורך די הארנס וועלכע ווערן אממערסטן גענוצט.

הענדל זייענדיג א דייטש און שפילנדיג אין ענגלאנד טראגן אלע זיינע שטיקלעך ענגלישע נעמען, נישט די ארקעין-לאטיינישע און איטאליענער אנדאנטעי'ס, אלעגרא'ס און אלעגרעטאו אדער אדאזשיאו'ס, וועלכע מאכט דאס הערן און וויסן וואס מ'הערט לייכטער מיטצוהאלטן.

אויך איז הענדל'ס QUEEN OF SHEBA אויסערליש פאפולער איבער די וועלט, אלס א אויסנאם שיינער מארש.

הערט אים דא:
http://mp3juices.com/search/the-arrival ... n-of-sheba
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך קלאסיקעל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:10 pm

זייענדיג דא א נייער מיטגליד, און א קלאסיקל-מוזיק ליבאהאבער פאר די גרעסערע טייל פון מיין לעבן, בעט איך צום ערשטן רשות פון די מיטגלידער פון דעם פארום, צי איך מעג אויסדרוקן מיינע מיינונגען און אנאליזן איבער קלאסישע מוזיק בכלל, און איבער געוויסע קאמפאזיציעס, קאפאזיטארן, דיריגענטן בפרט.

איך האף אז איך וועל איך נישט באלעסטיגן מיט אומנויטיגע אינפארמאציע איבער קלאסישע מוזיק, און אין פאל אז יא, לאזט מיר ביטע וויסן.

צום אלעם ערשטן, אזוי ווי יעצט קומט דאך א ניי יאר צום גוטן בעז"ה, און עס קומט אט דער פארכטיגער טאג יום כיפור, און דער "כל נדרי" פארנעמט א גאר-וויכטיג ארט אין דעם טאג, איז אינטרעסאנט צו צוגעבן אז עס עקזעסטירט א "KOL NIDRAI" אין די קלאסישע דזשענערא, פון דעם וועלט-בארימטן דייטשן קאמפאזיטאר מאקס ברוך.

דער מאקס ברוך איז קיין איד נישט געווען, און בכלל נישט געשטאמט פון אידישן אפטשאם, אבער דעם "כל נדרי" זיינעם רייסט די סטרינעס פון הארץ, און עס לאזט זיך קוים גלויבן אז דאס האט געמאכט אן ערל.

הערט דעם כל נדרי, און לאזט זיך הערן.

א דאנק:

די כל נדרי געשפילט אין די פאפאל ארקעסטרא, אינעם וואטיקאן ענסאמבעל:


צו הערן און דאונלאודן א שענערע ווערסיע געשפילט דורך די וועלט בארימטע טשעלאיסט, דופרעי:
כל נדרי, - מאקס ברוך


אדער דא:
צו הערן כל נדרי - קליקט דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קלאסיקעל אום דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קלאסיקעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

נעקסט

גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron