קלאסישע מוזיק

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

הודעהדורך במדבר » מיטוואך יולי 08, 2020 4:37 pm

א צעהן טויזנט קעפיגע קאפעליע זינגט די ענדע פון בעטהאווענ'ס ניינטע סימפאניע, אין "Alle Menschen werden Bruder" באקריגט א נייע באדייט.

-----------------------------

די ניינטע סימפאניע געזינגען און אידיש ביי Jewish People's Philharmonic Chorus.

ברידער!

װײסע, ברױנע, שװארצע, געלבע —
מישט די פארבן אױס צוזאמען!
אַלע מענטשן זײנען ברידער…
פון אײן טאַטן, פון אײן מאַמען!

אױך — אײן גאָט האָט זײ באַשאַפן,
און — אײן פאָטערלאַנד די װעלט —
אלע מענטשן זײנען ברידער,
דאָס איז אײנמאָל פעסטגעשטעלט!

אלע מענטשן זײנען ברידער,
שװארצע, װײסע, ברױנע, געלבע…
אַנדערש זײנען נאָר די פאַרבן,
די נאַטור איז — די זעלבע:

אומעטום דאָס זעלבע פּראַלן,
כ׳האָב עס טױזנט מאָל געהערט!
און פון זאָגן ביז צו טראָגן —
איז פון הימל ביז צו דר׳ערד!

אלע מענטשן זײנען ברידער:
געלבע, ברױנע, שװאַרצע, װײסע…
פעלקער, ראַסן און קלימאַטן —
ס׳איז אן אױסגעקלערטע מעשה.

אומעטום דער זעלבער מוסר,
אומעטום דאָס זעלבע לײַגן —
מיטן מױל דער גאנצער עולם,
די פּאָליטיקער מיט שװײַגן!

אלע מענטשן זײנען ברידער!
און — זײ שפּילן זיך אין פלישקעס,
די נשמות זײנען װערעמלעך —
אינעם טאַבעק פון די שישקעס...

(איבערגעזעצט דארוך יצחק לייביש פרץ ז''ל גענימען פון opensiddur)
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 652 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 371 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:24 pm

נעכטן צוועלף אזייגער מיטאג האב איך אנגעצינדן WQXR, אויסצוהערן זייער פראגראם "Midday Mozart" וואו זיי טוען אויפשפילן יעדן טאג א שטיקל פון מאצארט, כמנהגי מידי פעם, ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען אנשטאט אנפאנגען אום צוועלף אזייגער ווי יעדן טאג האבן זיי געענדיגט צוועלף אזייגער און איך בין געבליבן אן אנגעפאטשטער. שוין, וואס איז געווען איז א חסרון לא יוכל להמנות, אבער פטור בלי כלום אי אפשר, האב איך צאמגעשטעלט אן אויפשפילליסטע פון מיינע באליעבסטע שטיקלעך פון קלאסישע מוזיק, כאטש אביסל אנצופילן דעם שרעקליכן חלל וואס איז ליידער געשעהן יענעם טאג אין די עולמות העליונים און אין די גאנצע בריאה דורך זייער פאררעכענונג, הערט און האט הנאה, און האט אויך אינזין אז ס'זאל זיין א תיקון נורא ואיום שיתקבל לרחמים ולרצון לפני אדון כל, און ס'זאל ווערן א שמחה אין אלע עולמות. (דאס אויפשפילליסטע אויף גוגל דרייוו.)
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט