בלאט 4 פון 6
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:49 pm
דורך שמייכל
גלעד יו לייקד איט smartinof
איך מוז אבער זיין אמת׳דיג מיטן פאקט אז פאר מיר קלאסיק מוזיק איז גוט מיט א לימיט. איך קען הערן 20 מינוט - א האלבע שעה אבער דערנאך וועט שוין דער מח פארלאנגען א טשעינדזש אויף סינערי. איך בין א שטארקע חסיד פון ג׳אז אויכעט, איך גלייך ארומצוסוויטשן צווישן די ביידע. ס׳איז אזויווי זיס און זויער.. מ׳עסט פאטעיטא טשיפ ביז ווען דער מויל ווערט גענוג זאלציג נעמט מען א שטיקל ליקעריש צו פארצוקערן דעם מצב.. ווערטעך דער מויל אבער צו זיס, נעמט מען נאך אביסל פאטעיטא טשיפס וחוזר חלילה..
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:05 am
דורך יאיר
צדיקים האבן געזאגט אז ווער עס הערט אט די
הייליגע תנועות פון באך וועט נישט שטארבן אן תשובה.
(מעשה שטן הצליח און איך קען נישט אריינברענגען דעם יו טוב קליפ אהער. דער וואס קען דאס טון איז מכובד).
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:07 am
דורך ונבנתה העיר
ווער רעדט נאך אז מען לערנט עס בעיון...
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:09 am
דורך יאיר
דאס צו לערנען בעיון קען חלילה ברענגען א מיתת נשיקה.
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:18 am
דורך יין שרף
יאיר האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז ווער עס הערט אט די
הייליגע תנועות פון באך וועט נישט שטארבן אן תשובה.
(מעשה שטן הצליח און איך קען נישט אריינברענגען דעם יו טוב קליפ אהער. דער וואס קען דאס טון איז מכובד).
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=n5Ea4j-Si3M[/youtube]
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:22 am
דורך ונבנתה העיר
האב איך טאקע געזעהן
איינעם זיך אויסדרוקען:
[left]Suddenly I was overcome with an almost uncontrollable urge to sob. Feelings that I could not name welled up and begged for release. It was beauty, it was contrition; it was loneliness and it was joy. In a way that I can never explain, it felt like the first time I had ever heard Bach's Mass in B Minor.[/left]
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:27 am
דורך יאיר
יא, דער גאנצער 2-3 שעה'דיגער שטיק איז א מייסטערווערק, און הייסט איינע פון די שטערקסטע ווערק פון באך.
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:36 pm
דורך נהורא נפישא
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 2:57 am
דורך יאיר
דער זעלבסטמארד ליד איז געוואלדיג, נהורא נפישא.
עס דערמאנט מיר פון
פאר עליס פון בעטהאווען, וועלכע איז איינע פון די מערסט באקאנטסטע קורצע קלאסישע שטיקלעך. עס איז טיף, קורץ, און מעלאנכאליש.
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:48 pm
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=e8K4Y7Tc20Q[/youtube]
נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 9:37 pm
דורך יאיר
דער רוסישער קאמפאזיטאר וועמען איך האב לעצטנס אנטדעקט האט עפעס גאר הפלא'דיגע און מחודש'דיגע תנועות.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ki6HXhtB7ug[/youtube]
Re: קלאסישע מוזיק
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:13 pm
דורך מרדכי
Benjamin Zander: The transformative power of classical music
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=r9LCwI5iErE[/youtube]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 1:33 am
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:דער זעלבסטמארד ליד איז געוואלדיג, נהורא נפישא.
עס דערמאנט מיר פון
פאר עליס פון בעטהאווען, וועלכע איז איינע פון די מערסט באקאנטסטע קורצע קלאסישע שטיקלעך. עס איז טיף, קורץ, און מעלאנכאליש.
גאר שטארק, דער זעלבסטמארד זמר'ל, ס'דערמאנט מיר פון א קבלת פנים פארן חופה, די יזכיר לו אונטערטענער, די געפילן פון אט אט גייט זיך עס ענדיגן, דאס לעבן איז פאריבער, לאז ס'איבעריגע איבער פארן מלאך המות... ...מזל טוב!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 3:36 pm
דורך שמייכל
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 3:59 am
דורך שבת אחים
נעכטען איז געוועהן די יארצייט פונעם וועלט בארימטן קאמפאזאר
Ludwig van Beethoven ער איז געוועהן א ריז אין קלאסישע מוזיק און א קריטיש פיגור אין די איבערגאנג צווישן די קלאסישע און ראמאנטישע עראס אין וועסטערן מוזיק קולטור, ער פארבלייבט איינער פון די מערסט בארימטע און אינפלוענטיאל פיגורס פון אלע קאמפאזערס. רוב פון זיינע שטיקלעך האט ער קאמפאוזט גאר יונג נאך פאר די 26 יאר אלט ווען ער איז ליידער טויב געווארן אויף ביידע אויערן אבער אפילו נאכן זיין גענצליך טויב האט ער נאכאלץ קאמפאוזט נייע שטיקלעך מוזיק, אומגלויבלך!
BEETHOVEN - Symphony No. 5 - Leonard Bernstein
https://www.youtube.com/watch?v=zM3y09RjKLsBeethoven-Fur Elise
https://www.youtube.com/watch?v=k_UOuSklNL4The Best of Beethoven
https://www.youtube.com/watch?v=W-fFHeTX70Q
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:28 am
דורך ונבנתה העיר
א
געשמאקער אינטעראקטיוו שיעור אויף די ערשטע מאוומענט פון בעיטהאווענ'ס פיפטע סימפאניע.
אויף יוטוב איז נאר דא עטליכע מינוט:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6IOd9R8Ox3g[/youtube]
Re: קלאסישע מוזיק
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:52 am
דורך ירא שמים
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2020 9:53 am
דורך במדבר
וואי! הערליך! בעטהאווענ'ס ''פיפטע סימפאניע'' געשפילט אויף א גיטאר (Marcin Patrzalek).
טאראראראם! טאראראראם! טארארארא........
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך בין באקאנט געווארן מיט קלאסישע מוזיק דורכ'ן קוקן די פילם Amadeus, א פיקטיווע מעשה באזירט אויף דאס לעבנס געשיכטע פון אמאדעאוס מאוצארט.
דא איז א זיס שטיקל פון יענעם פילם ווי סאליערי איז מסביר די געשמאק פון קלאסישע מוזיק,
דא איז די sountrack פון די פילם, ס'איז בעיסיקלי א קאלעקציע פון מאוצארטס שענסטע קאמפאזיציעס וואס לדעתי איז ער געווען די שענסטע קלאסישע קאמפאזיטער, דיזע soundtrack איז לדעתי די סמעטענע פון קלאסישע מוזיק. איך ווער פשוט משוגע פאר מאוצארט, רוב פון זיינע קאמפאזיציעס גלייך איך טאקע נישט, אבער די וועלכע איך גלייך יא זענען ממש מעין עולם הבא. הער נאר אויס
אזא שטיקל, ס'איז דאך איין שטיק שמחה און געפיל. ווער רעדט נאך פון זיין
טערקישע מארש, איינער וואס דאס הארץ ווערט איהם נישט פול מיט שמחה און די אויגן פול מיט טרערן דערפון דארף חושש זיין צו ער האט א נשמה בכלל. וויוואלדי גלייך איך אויך, ער איז זייער לעבעדיג און פריש הגם נישט אזוי פרייליך ווי מאוצארט. באך און בעטהאובען גלייך איך נישט אזוי שטארק, הגם זיי האבן אויך איינצעלנע שיינע זאכן ווי צום ביישפיל די
ode to joy פון בעטהאובען און "
אלע מענטשן מוזן שטארבן"
קול אישה פון באך.
פון די אנדערע קאמפאזיטער איז אויך דא שיינע זאכן, פון יאהאן שטראוס II גלייך איך דאס מערסטע
די שיינע בלויע דאנאו, פון שאופען די
grand valse brilliante,
צדוק הכהן און
די קעניגן פון שבא פון האנדעל, מענדלסאהנ'ס חתונה מארש, די
כלה וואלס פון ניעלס גאדע. כ'האב זיכער אויסגעלאזט אפאר, אפשר וועל איך צוריקקומען ווען כ'על מיך דערמאנען נאך.
**פון רוסיני איז אויך דא א הערליך שטיקל וואס איז זייער באקאנט די "
Largo Al Factotum", ס'דא א פאראדיע דערויף אין אידיש "
שוויגאראו", ישראל אדלער האט געמאכט א
גע'כשר'טע ווערסיע דערפון האט נישט קיין הענט און קיין פיס לדעתי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אז מ'רעדט שוין פון מאוצארט און זיינע קאמפאזיציעס דארף מען וואוסן אז ס'דא א יסודות'דיגע חילוק צווישן איהם און די אנדערע קאמפאזיטער (בעיקר די צוויי אנדערע מערסט באקאנטע בעטהאובען און באך). בעת וואס בעטהאובען און באך האבן פארפאסט ערנסטע באזעסענע און קאמפליצירטע קאמפאזיציעס וואס מ'דארף זיין א מבין זיי צו פארשטיין איז אבער מאוצארט מער ווייניגער גלאט מיט א קינדישע לוסטיגקייט וואס איז נישטא זיינ'ס גלייכן. ווי ארתור מיללער זאגט: ".Mozart is happiness before it has gotten defined"
די חילוק קען מען אויך זעהן זייער שטארק ביי מאוצארט'ס וואריאציעס (א וואריאציע {variation or rhapsody in English} איז א קליינע פשוטע שטיקל פון איין פאל וואס מ'שפילט איבער אפאר מאל יעדעס מאל אויף אן אנדערן אופן, ס'פאנגט זיך אן פשוט נאכדעם מער לעבעדיג און קאמפליצירט). נעם למשל
מאוצארט'ס וואריאציעס אויף twinkle twinkle little star, ער קען איבערשפילן די זעלבע שטיקל אפילו 12 מאל, יעדעס מאל אויף אן אנדערן אופן, און ער פארט נישט אוועק פונעם עצם ליד. ס'איז פשוט, שיין, גלאט, און איינגענעם פאר'ן אויער, ממש א גאונות צו מאכן אזאנס מיט אזא פשוט'ע טעמע. הער אבער אויס
בעטהאובענ'ס וואריאציעס אויף rule Brittania, שוין ביים ערשטן וואריאציע פארט ער אוועק אין אומבאקאנטע טעריטאריע, איך הייב נישט אן האבן קיין אהנונג וואס דער מענטש וויל בכלל, פשוט גענומען א שיינעם ניגון און אינגאנצן צו'מזיק'ט.
אויסער זיין קינדערישע לוסט וואס מ'קען הערן אין זיין מוזיק האט מאוצארט בכלל געהאט היבש קינדערישקייט צו זיך (בכלל איז ער אוועק ביי די 35 אינגאנצן), כ'מיין אז ער איז דער איינציגסטער קלאסישע קאמפאזיטער וואס האט פארפאסט אזעלכע לידער ווי "
לעק מיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]" אדער "
ביזט א רעכטע אקס", איך רעד שוין נישט פון די בריוון צו זיין קוזינע וועלכע זענען פול מיט נארישע קינדישע אויסדרוקן וואס מ'דארף נישט נאכזאגן. נאך א קינדישע גאונות זיינער איז די ליד "Difficile lectu" וואס די ווערטער זענען אין לאטייניש און קלעבן נישט איינס צו צווייטן, די געדאנק דערפון איז אז ווען מ'זינגט עס שנעל אן זיך אפשטעלן צווישן די ווערטער קומט ארויס נארישע מיאוס'ע ווערטער אין דייטש און איטאליעניש. צ.ב. די ליד הייבט זיך אן "Difficile lectu mihi mars", איך קען נישט קיין לאטייניש אבער ווען מ'זינגט עס שנעל הערט זיך עס ווי איינס פון מאוצארט'ס באליעבסטע פראזעס "לעק דו מיך אים ארש" - לעק דו מיך אין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], אא"וו.
איינס פון די פאפולערסטע קלאסישע קאמפאזיציעס איז מאוצארט'ס "איין קליינע נאכטמוזיק", ס'איז אבער א גרויסע שאד אז דער עולם קען נאר די ערשטע לעבעדיגע טייל (movement) , ס'איז אבער כדאי אויסצוהערן
דאס גאנצע סערענאדע, ס'איז צאמגעשטעלט פון פיר טיילן איינס שענער פונעם צווייטן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2020 6:35 pm
דורך מי אני
ס'איז אינטרעסאנט
צוצוצייכענען אז סייענטיסטן האבן אויסגעשטעלט די פראטין סטרוקטור פונעם סארס-קאוו 2 וויירוס אין צו (יאפאנעזישע סטייל) קלאסישע מוזיק, וואו די נאטן ווענדן זיך אין די שעיפ פון די פראטינס. דאס העלפט זיי דאס צו שטודירן און טרעפן פאטערנס און ביינדינג סייטס וכדומה.
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 10:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון די אנדערע קאמפאזיטער איז אויך דא שיינע זאכן... די
כלה וואלס פון ניעלס געהל.
נאכ'ן נישטערן אביסל האב איך געטראפן א קלארערע רעקארדירונג פון דעם וואלס (אונטער אן אנדערן נאמען), דאס הארץ גייט פשוט אויס פון מתיקות.
https://youtu.be/aQHyW7M4yKE
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 8:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
היינט האט WQXR געשפילט צווישן אנדערן די באקאנטע מעניועט אין G מעידשאר פון פעצאלד (וואס מ'פלעגט בטעות מייחס זיין צו באך), ס'איז געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב עס געהערט שפילן דורך א גאנצע ארקעסטרע (נישט דורך א פיאנע סאולא), ס'האט עפעס אן עקסטערן געשמאק, הערט און האט הנאה.
https://youtu.be/BDOn_FwmhlI