קלאסישע מוזיק: מאצארט VS בעטהאווען

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
קלאסיקעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 pm
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

קלאסישע מוזיק: מאצארט VS בעטהאווען

שליחה דורך קלאסיקעל »

ווי עס איז אויספרליך באשריבן געווארן אין א פריערדיקע פאוסט איבער די אייגנארטיקע מוזיק פון דעם עילוי'אישן מאצארט און דעם שפעטערדיגן בעטהאווען, איז אינטרעסאנט אביסל צו אנאליזירן זייערע כשרונות, ווערק, זייער מהלך המחשבה ביים קאמפאזירן און והעולה על כולנה, די מאסיווע ווערק וועלכע זיי האבן איבערגעלאזט אן אומ-אפמעק-בארע רושם אויף דעם עקזיסטענץ פון מוזיק מאז מוזיק איז געשאפן געווארן, עד היום הזה.

דאס איז אמאל קלאר אז די מוזיק איז אזא סארט מחשבה שפראך, וואס "יעדער" מענטש איבער דער וועלט קאמוניקירט דערמיט. פון קליינע בעיביס ביז אין הויכן עלטער, פון מענטשן צו געוויקסן, בעלי חיים פון אלע סארט רעאגירן "וואונדערבאר" צו מוזיק, יעדער אויף זיין אויסטערלישן שטייגער. שטודיעס האבן געוויזן אז פלאנצונגען וואקסן שענער דורך מוזיק, קעטעל און פארם-באשעפענעישן ארבעטן בעסער מיט מוזיק, די אלע זאכן זענען באשטעטיגט געווארן אלס פאקט און מ'קען עס זען בחוש פאר ווער עס גלייבט נישט אין סייענס, אין די פרימיטיווע יו טוב קליפ.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yiRSx1wqcOA[/youtube]

עס איז נישט אויספרובירט געווארן צי די מוזיק איז דייקא קלאסישע, בעטהאווען, באך אדער מאצארט, צי גאר קען די שיינע סקולענער "כי לה' המלוכה" אויך באווייזן דעם קונץ. מיר וועלן דא בעיקר קאנצענטרירן אויף דעם עפעקט פון מאצארט קעגן בעטהאווען, וועלכעס אינפירירט די הערערע אממערסטן. וועלכעס פארמאגט מער קונסט.

די פראגעס קענען צעטיילט ווי פאלגענד:

1) ווער איז דער גרעסערע "דזשעני", מאצארט אדער בעטהאווען און פארוואס?
2) אין וועמענס מוזיק ליגט מער "חכמה"?
3) וועמנס מוזיק האט איבערגעלאזט א גרעסערן אפעקט אויף די שפעטערדיגע יארן.


ווען איז עס קומט צו פראגע נומער איינס, איז כמעט ווי באשטימט אז מאצארט באקומעט דעם טיטל אלס דער גרעסטער דזשעני.
שרייבנדיג "פערפעקטע" מוזיק ביים ערשטן מאל, קיינמאל נישט דארפן איבערשרייבן אדער איבערמאכן, ווייל ביים ערשטן מאל שרייבן איז עס געווען פערפעקט. מאצארט האט אויך קאמפאזירט איבער 600 ערליי מוזיק אין זיין יונגן עלטער אין די צייט וואס בעטהאווען האט בכלל אנגעהייבן שרייבן ביי די 30 יאר. ווען מאצארט וואלט געלעבט לאנג וואלט איבער דערגרייכט צו טויזענטער. גלייכצייטיג האט מאצארט אויך שולט געווען אויף אלערליי פארמען פון מוזיק, סאנאטע'ס, סימפאניעס, טשעמבער, קווארטעטס, קאנצערטאוס און מעכטיגע אפערא'ס, אין דער צייט וואס בעטהאווען האט "נאר" געמאכט 9 סימפאניעס, 5 פיאנאו קאנצערטאוס און 1 ווייאלין קאנצטערטאו.

בעטהאווענס מוזיק זענען אנפירקלט פון צענדליגער ריוויזיעס און ענדערונגען, אז ס'איז שווער צו קאנקלוסיוו באשליסן וואס גענוי ער האט געוואלט, ווייל ער האט געהאלטן אין איין עדיטן זיינע מוזיק. מאצארט האט שוין געהאט זיין מוזיק אפגעשריבן אין קאפ, נאך איידער ער האט עס געשריבן, און האט נישט געמאכט מאכן קיין שום טוישונגען.

ביי פראגע נומער 2 ווערן שוין דעבאטעס עטוואס דערהיצט. די מאצארט חסידים זענען ביי דער מיינונג אז מאצארט'ס מוזיק זענען "לייכט" און הומוריסטיש אין נאטור, בעת בעטהאווען איז א געווען א גערעגטער, אימפולסיווער, אגרעסיוו און שטורמיש ווי א וואולקאן-אויסברוך, און האט געשריבן זיין מוזיק מיט א ווילדן טעמפער אריינשלעפנדיג די צוהערער אין א שטורמישן ציקל פון זיין עמאושענעל-אויסברוכן, דערקעגן מאצארט איז פיור ארט און געשמאק צו הערן.

די בעטהאווען חסידים ווערן נישט איבערגענומען דערפון, און זענען ביי די מיינונג אז מאצארט'ס מוזיק זענען מאנאטאן און "רעדן" נישט צו זיי. יא ס'איז אמת אז בעטהאווען האט טאקע איבערגעריבן, און כסדר איבערגעמאכט זיינע מוזיק, אבער דאס צייגט אז זיין מח האט כסדר געפיבערט מיט בעסערע געדאנקען און מער אימפולסיוו גערוישט וויאזוי ארויסצוגעבן זיינע שטורמישע עפיזאזן אויף פאפיר. מוזיק דארף נישט זיין לייכט, עס דארף דיך אריינעמען דארט טיף טיף אינעם הארץ פונעם קאמפאזיטאר און צעשטורעמט ווערן, אויפגעברויזט ווערן און אונטערשפרינגען פון דעם עמאושנעל-אויסברוך וואס בעטהאווען האט געהאט מיט 200 יאר צוריק! און דאס האט מאצארט נישט באוויזן, טראצדעם וואס ער האט ערצייגט איבער 600 מוזיק-שטיקער.

די דריטע פראגע קען לייכט צונויפגעשמאלצן ווערן אין די 2טע, די חסידים פון ביידע זעען דעם גרעסטן אפעקט יעדער לויט זיין "גדול". און מאצארט'ס חסידים טייטלען גאר אן אז בעטהאווען האט גאר גע'גנב'ט מערערע אידייען און סטיילס פון מאצטאר'טן, ממילא איז זיין גאנצע גדלות בכלל נישט זיינס, נאר מאצארט'ס.

א באשפייל פון אביסל אן אפענבארע גניבה איז מאצארט'ס Misericordias Domini K.222, ווערט שיין "באפוצט" אין בעטהאווענס וועלט בארימטע Ode to Joy פון די ניינטע סימפאניע. (מ'דארף האבן א גוטע אויער צו כאפן די גניבה).

מ'קען אויך הערן אין דעם פאלגענדען מארטש פון מאצארט Bastien und Bastienne
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9g4Avt80zOA[/youtube]
וויאזוי מאצארט'ס תנועות ווערן נאכקאפירט אין די בארימטע 3 סימפאניע פון בעטהאווען די Eroica. מאצארט האט טאקע נישט אזוי בעארבעט די תנועות, און דערפאר האט בעטהאווען געקענט רייטן דערויף און מאכן "שבת פאר זיך" מיט יענעמ'ס הארעוואניע, זאגן די מאצארט חסידים.

די בעטהאווען חסידים בלייבן נישט שולדיג און זאגן אז מאצארט האט גענומען זיינע אידייען פון היידען און צייגן אויך אן פארשידענע פעלער ווי מאצארט האט אויך גענומען מן הבא בידו. און אז בעטהאווען האט בכלל נישט גע'גנב'ט פון מאצארט גארנישט, און אז די מאצארט תנועות זענען ווינציגער פון א צענטל פון א פראצענט, און עס איז בלויז א געדאכטעניש.

זיי זענען מודה אז מאצארט איז געווען מער דזשעני און מער פערפעקט, אבער דא רעדט מען פון "סופרייז" און "שאק" און דאס איז בעטהאווענס שטארקע געווער און מאצארט קומט בכלל נישט צו צום קליינעם נאגל פון בעטהאווען.

די מאצארט חסידים ענטפערן אבער אז אין די צייט-אפשניט וואס בעטהאווען האט פראדוצירט איין סימפאניע האט מאצארט צונויפגעקלאפט 50 ערליי ריזן שטיקער, א Don Giovanni, Marriage of Figaro, Magic Flute, Cosi fan tutte, Requiem, וואס בעטהאווען איז דורכגעפאלן און נישט געקענט באווייזן מיט זיינע צענדליגער מאל איבערשרייבן איינמאל און נאכאמאל.

מיין סך הכל:
מאצארט איז לייכט, הומוריסטיש צו הערן. עס מאכן שמייכלען און רואיג די נערווען אין א רעגענדיגן טאג.
בעטהאווען איז שאק. א ווילדער טארנעידאו ווי יעדעס בלעטעל פאלט ווי עס דארף. עס שטורמט דעם מח און פארנעמט אלע צעלן פון די מחשבה נאר צונויפצושטעלן זיינע הימלישע קאנטער קלאנגען.

אחרי ככלות הכל: מאצארט'ן קענען אנדערע נאכמאכן, בעטהאווען אוממעגליך.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר