בלאט 19 פון 20

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 21, 2019 10:08 pm
דורך berlbalaguleh
זאפטיג: ווייל זיי ליינען פון א סקריפט. כמו שאמרתי. אז זיי פארשטייען נישט די ווערטער. משא"כ א יוד וועלכער פארשטייט אויכעט אונגאריש, ליינט עס ריכטיג. דער קאליווער רבי זצ"ל האט עס נאך געזינגען די בעסטע פון א יעדעם...!

jingle bells

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 24, 2019 4:16 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
בינעך געווען ביי א חתונה, און דער זיידע האט געטאנצען מצוה טאנץ אויפ'ן ניגון פון jingle bells !!!!!
צו מיין פארוואונדערינג האבן מיר די אייניקלעך געזאגט אז דער ניגון שטאמט נאך פון דערהיים און מען פלעגט נוצן דעם ניגון אויף "קדיש תתקבל" ראש השנה ביים דאווענען...

האט איינער מער אימפארמאציע דערפון
איך בין זייער נייגעריג ווי איז די מקור פון דעם ניגון ?

טענקס אין עדווענס

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 24, 2019 4:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גראדע די ניגון האט בעצם גארנישט קיין שייכות צום חג המולד, די ווערטער זענען איבער די גלעקלעך פונעם שליטן און ווי געשמאק ס'איז צו גליטשן אויפ'ן שניי, נאר וויבאלד קראצמאך געפאלט אויס אינעם ווינטער איז עס געווארן א קראצמאך ניגון, אזויווי נאך אסאך ווינטער ניגונים.

איך געדענק נאך ווען אלץ קינד ווען אונזער קיבאורד-פיאנא האט געהאט דעם ניגון, האב איך שוין דעמאלטס געטראכט אז ס'וואלט געפאסט פאר א חסידישע ניגון, ס'האט אזעלכע הימלישע טענער גראד פון גן עדן ארויס, איך בין זיכער אז די מלאכים זינגען די ניגון דארט אויבן.

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 24, 2019 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: א יעדעס יאר ווען מיינע אייניקלעך זינגען ..."מעוז צור"...האביך עפעס א געפיהל אז דער ניגון האט א קריסטליכע אפשטאם. אפילו די ליריקס האבן אויכעט א גוי'אישן אפקלאנג...! ואין בודקין מן המזבח ולמעלה...!

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 24, 2019 7:56 pm
דורך berlbalaguleh
זאפטיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:נישט מוכרח... די קווייער זאגט אויף זייער וועבזייטל אז זיי זינגען אויך אידישע ניגונים
http://romanoglaszo.hu/rolunk/
נוץ גוגל טרענסלעיט


https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU[/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!


יבנה המקדשעיר ציון תמלי (הבהרה הונגרית של תמלא)

זאפטיג: נישט ריכטיג. די הברה הונגרית פון תמלא (איי) איז ..."טעמא-לעיי". נאר זי איז שטארק מדגיש דעם צעי-רעי. אזוי ווי אלע אונגארישע...! אבער זי זאגט נישט טע-מא-לי...!

הודעהפורסם: זונטאג מאי 26, 2019 9:59 am
דורך זאפטיג
דאס גענוי האב איך געמיינט
ביי דע וועי עס איז דא א ניגון וואס די אינדיע זינגען וואס הייסט דאכט זיך מיר GODFATHER עס האט א התעוררותדיג'ע תנועה וואס רוהט אן די סטרונעס פונעם הארץ
איך מיין אז אויף איינער פון דער אינטערן'ס איז דא א לוויה אין אינדיע מיט דעם ניגון

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2019 10:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די דריטע פאל פון דעם מארש איז קלאר גענומען פון דעם רוסישן פאלקס ליד.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יוני 27, 2019 7:40 am
דורך עגלה ערופה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די דריטע פאל פון דעם מארש איז קלאר גענומען פון דעם רוסישן פאלקס ליד.

גראדע די ניגון זינגט אויך יום טוב עהרליך https://youtu.be/l-_AYHyGpoM

הודעהפורסם: דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:14 am
דורך רביה''ק זי''ע
מן הסתם א גונב מן הגנב...

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 9:16 am
דורך רביה''ק זי''ע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דאס קומט אריין אהער, די נאציאנאלע הימנעס פון די UK און פון ליכטענשטיין, און די קעניכליכע הימנע פון נארוועגיע, זענען די זעלבע מעלאדיע.

איין מעלאדיע = זיבעצן "גנבים"!

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 10:19 am
דורך קאך_לעפל
דאס איז א די ווערטער פון א הערליכער מוסר-ליד, ווי א טאטע און זון ארגומענטן צווישן זיך.
ק/פ:

װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, זאָג זשע מיר:
ביסט ערגער נאָך פֿון פֿריִער געװאָרן…
באַקלאָגט האָט זיך דער רבי הײַנט אויף דיר,
אַז דו דערגײסט אים זײַנע יאָרן;
ס׳איז נישט גענוג, דו װילסט נישט לערנען גאָר,
דעם רבין, נעבעך, טוסט דערצערנען,
שלאָגסט זיך אַרום און שפּילסט זיך נאָר,
און שטערסט די קינדערלעך דאָס לערנען!

– נישט אמת, טאַטע, װאָס דער רבי זאָגט –
אַ שלעכטער מענטש, נישטאָ זײַן גלײַכן!
פֿאַר װאָס דערצײלט ער נישט, װי ער אונדז שלאָגט? –
זע, טאַטעניו, דעם בלאָען צײכן!
כ׳האָב מיט אַבֿרהמלען זיך צעװערטלט בלױז,
ער האָט מײַן חומשל צעריסן, –
דערפֿאַר האָט אונדז דער רבי אױף זײַן שױס
נאָך מיט אַ ניגונדל געשמיסן.

– װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל ענטפֿער ד׳רױף:
די שכנים זאָגן – כ׳מוז זײ גלײבן! –
דו יאָגסט זיך גאַנצע טעג אַרום אין הױף
און חבֿרסט זיך מיט יאַנעקס טױבן…
צי איז דאָס שײן פֿאַר ײִדן, זאָג אַלײן,
מיט טױבן זיך אַרומצויאָגן?
האָסט נעכטן, מאָטל, װידער מיט אַ שטײן
דעם שכנס שױבן אױסגעשלאָגן!…

נישט אמת, טאַטע, ס׳איז נאָר קױם אַרױס
אַ שטיקל שױב, מע קען עס צוקלעפּן…
איך יאָג זיך נישט – איך קוק זיך צו נאָר בלױז,
װי שײן די טײַבעלעך זיך שוועבן,
װי פֿרײַ זײ שפּרינגען זיך אַרום אין הױף,
װי שײן די קערענדלעך זײ פּיקן,
װי שנעל זײ גיבן זיך אַ לאָז אַרױף,
װען זײ אַ פֿרעמדע טױב דערבליקן…

– װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, כ׳פֿרעג דיך נאָר:
אַ גרױסער יונג, קײן עין־הרע!
װען איך בין אַלט געװעזן דרײַצן יאָר,
געקענט װי װאַסער די גמרא.
אַ ײִד מוז לערנען תּורה מיט גרױס פֿרײד,
נישט האָבן נאַרישקײט אין זינען.
אַז װױל דעם מענטש, װאָס איז צו גאָט, צו לײַט,
װאָס קאָן גוט לערנען און געלט פֿאַרדינען!

– דער זײדע האָט אַ מאָל דערצײלט פֿון דיר:
פֿלעגסט אױך נאָך טײַבעלעך זיך יאָגן…
ביסט אױך פֿיל בעסער נישט געװען פֿון מיר,
דײַן רבי האָט דיך אױך געשלאָגן…
הײַנט קענסטו לערנען און האָסט געלט דערצו –
האָב, טאַטעניו, פֿאַר מיר קײן מורא:
װען איך װעל װערן גרױס, װעל איך, װי דו,
פֿאַרדינען געלט און לערנען תּורה.

דער הערליכע ליד איז פארפאסט געווארן דורך דעם לעגאנדערער אידישער פּאָעט און דיכטער מרדכי געבירטיג ע''ה, וועלכע איז אומגעבראכט געווארן אינעם קראָקאָווער געטאָ דורך די פארשאלטענע נאציס ימ''ש. געבירטיג האט אייגענטליך אויך פארפאסט דעם הארץ-רירענדע מעלאדיע איבער דעם האליקאסט: אונזער שטעטעלע ברענט...

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:30 am
דורך רביה''ק זי''ע
און פון וועם האט ער עס גע'גנב'ט?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:22 am
דורך סאנטיאגא
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: א יעדעס יאר ווען מיינע אייניקלעך זינגען ..."מעוז צור"...האביך עפעס א געפיהל אז דער ניגון האט א קריסטליכע אפשטאם. אפילו די ליריקס האבן אויכעט א גוי'אישן אפקלאנג...! ואין בודקין מן המזבח ולמעלה...!

באקאנטע זאך. ס'איז מעידזשער רוב אידישע ניגונים זענען מיינאר - אזוי מער קרעכצעדיג, א מקור האב איך נישט כ'האב נישט געזעהן דא אדרבא אויב איינער האט גלייב איך יעדער וואלט הנאה געהאט.
ס'קלינגט ווי אזא Christmas Carrol אז ס'איז א נחת

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:34 am
דורך סאנטיאגא
זאפטיג האט געשריבן:דאס גענוי האב איך געמיינט
ביי דע וועי עס איז דא א ניגון וואס די אינדיע זינגען וואס הייסט דאכט זיך מיר GODFATHER עס האט א התעוררותדיג'ע תנועה וואס רוהט אן די סטרונעס פונעם הארץ
איך מיין אז אויף איינער פון דער אינטערן'ס איז דא א לוויה אין אינדיע מיט דעם ניגון

ס'קומט פון די באקאנטע מאווי (The Gadfather (1972 רעדט זיך פון די טרויעריג בארבארישע איטאליענע מאפיא. אונטערן איז באקאנט צו נאשן אסאך ווייל די 'היימישע' עולם ווייסט ממילא נישט קיין חילוק... גארנישט מיט אינדיע איינגעלייגט...
(לאמיר נישט אריינגיין אז יענע מעשה איז נישט געשעהן אין אינדיע נאר אין עפעס א פיקטיווער וואלד, און נישט מיט קיין מענטשליכע קעניג נאר מיט א לייב... The Lion King)

נאדיר דעם soundtrack פון די מאווי. אזא יצירה רופט זיך א film score
http://www.youtube.com/watch?v=HWqKPWO5T4o
און דאס איז א לייוו ווערסיע דורך א באקאנטער פידלער אנדרעי ריאו משוגע צו ווערן
http://www.youtube.com/watch?v=s_cH0xGWblM

אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 09, 2019 8:33 pm
דורך מי אני
דגל מחנה אפרים, ריש פ' וירא.
IMG_5700.JPG


קען אפשר אויך האבן א שייכות. ליקוטי מוהר״ן (ח״א סוף תורה כז).
IMG_5700.JPG

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 09, 2019 11:27 pm
דורך אישתישבי
איז ממילא געדרינגען, אז טאמער וועט מען אים אלע חדרים זינגען עי בי סי די עי עף גי, מיט אלע קינדער אין קינדערגארטן, וועט די גזירת החינוך בטל ווערען.

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 4:29 pm
דורך מי אני
ועיין ג״כ מזה לעיל בליקוטי מוהר״ן בתורה ג (בסופו).

***

אז מ׳רעדט פון הרב עובדיה יוסף זצ״ל, אין די איזרעילי-אמעריקאנער מיניסיריס Our Boys, איבער די מארד פון מוחמד אבו ח׳דיר, ווייזן זיי ווי די אידישע מערדערס הערן א גוי׳שע ניגון אויף די ראדיו. זיי רעדן זיך אפ אז אפילו ניגונים גנב׳ענען די ערביים, והא ראיה אז הרב עובדיה זינגט דאס און היעלה על הדעת אז ער זאל זינגען א גוי׳שע ניגון?...

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 12:14 pm
דורך עזרא
א-ל מסתתר
בשפריר חביון
השכל הנעלם
מכל רעיון
עילת העילות
מוכתר בכתר עליון
כתר יתנו לך ה'!!



https://youtu.be/sJsJYUpbhIs?t=14

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 08, 2020 11:28 pm
דורך החוקר
אידען, זינגט אלע צוזאמען. לעבעדיג...



* האב איך יעצט באמערקט אז ער איז נישט גוט ארויף. פאראכטן.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:51 pm
דורך ונבנתה העיר
ווער זינגט 'איך האב א פילינג אז היינט נאכט וועט זיין יו"ט'? אין די בעקראונד ביי 3:05, ליפא?



שמעו:


הודעהפורסם: מיטוואך מאי 13, 2020 2:23 am
דורך רביה''ק זי''ע

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 13, 2020 2:33 am
דורך וואלווי


שנעל זאג ווי דיין קאפ איז אלס געווען, נאכדעם וועט שוין אלעס קלאר ווערען...

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 13, 2020 2:37 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואלווי האט געשריבן:


שנעל זאג ווי דיין קאפ איז אלס געווען, נאכדעם וועט שוין אלעס קלאר ווערען...

אפשר דא? :D

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 15, 2020 4:20 am
דורך רביה''ק זי''ע
אוי וויי אוי הייליגער שבת, הייליגער הייליגער שבת!

דעם גוי'איש'ן פאסטוכ'ס נוסח..

אן קול אישה

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 15, 2020 6:16 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גראדע די ניגון האט בעצם גארנישט קיין שייכות צום חג המולד, די ווערטער זענען איבער די גלעקלעך פונעם שליטן און ווי געשמאק ס'איז צו גליטשן אויפ'ן שניי, נאר וויבאלד קראצמאך געפאלט אויס אינעם ווינטער איז עס געווארן א קראצמאך ניגון, אזויווי נאך אסאך ווינטער ניגונים.

איך געדענק נאך ווען אלץ קינד ווען אונזער קיבאורד-פיאנא האט געהאט דעם ניגון, האב איך שוין דעמאלטס געטראכט אז ס'וואלט געפאסט פאר א חסידישע ניגון, ס'האט אזעלכע הימלישע טענער גראד פון גן עדן ארויס, איך בין זיכער אז די מלאכים זינגען די ניגון דארט אויבן.

רביה"ק זי"ע: ס'איז דא זייער א שטארק התעוררות'דיגער ניגון וואס הייסט..."עמעיזינג גרעיס""...איינער זאגט מיר אז דאס איז אן אלטער סטאלינ'ער ניגון וואס יאסעלע ראזנבלאט האט אמאל געזינגען אין די אלטע היים ביי שפוך חמתך. זיין שוויגער ע"ה איז פונקט דאמאלס געווען ביי זיי אויפ'ן סדר.