שיינע מוזיק קליפס

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ש'כח שבת פארן מיר באטיטלן אלץ ידען, אבער בנידון דידן ווייס איך נישט פונקטליך. איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז ר' בעריש'ס אבער יתכן אז איך בין זיך טועה. די מעשה מיט סאטמאר בין איך נוטה צו דיר אז ס'איז בלתי מסתבר.

מפיל קינד, כבודו מלא עולם איז נישט ויזניץ, דאס איז פון זיידל ראוונער.

ובנוגע החקירה אויב מען קען דערקענען סקולענע ניגונים אין ויזניץ, דאכצעמער אז די ניגון וואס מען זינגט אין ויזניץ בקביעות נאך כל מקדש (און אויך נאך דעם אויבנדערמאנטע רחם) איז א סקולענע ניגון, אבער מען דערקענט דאס נישט בהכרח (יא, יעצט נאכדעם וואס איך דערצייל דאס באמערקט מען שוין טאקע די סקולענע קנייטשן... אבער איך בין נייגעריג אויב דו האסט שוין באמערקט פריער)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:ש'כח שבת פארן מיר באטיטלן אלץ ידען, אבער בנידון דידן ווייס איך נישט פונקטליך. איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז ר' בעריש'ס אבער יתכן אז איך בין זיך טועה.

הרב ר׳ ישעי מאיר ניימאן מיט זיין ברודער ר׳ אלי׳ ז״ל פלעגן זינגן די ״בר יוחאי״ אויף מזמור לדוד ביי של״ס פון הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן. איך האב אים היינט געפרעגט און ער זאגט אז ״לפי ידיעתי איז עס פון ר׳ בעריש ווישעווער אבער איך קען נישט זאגן אויף זיכער״. (ער זאגט די זעלבע ווי דיר)

די מעשה מיט סאטמאר בין איך נוטה צו דיר אז ס'איז בלתי מסתבר.

מפיל קינד, כבודו מלא עולם איז נישט ויזניץ, דאס איז פון זיידל ראוונער.

דאס אז ר׳ זיידל האט עס געמאכט מיינט אז סאיז נישט וויזניץ? זיידל ראוונער (ר׳ יעקב משה מארגובסקי איז געוועהן זייו עכטער נאמען) האט דאך געמאכט אפאר ניגונים פאר וויזניץ ובתוכם די באוואוסטע ״יזכור אהבתם״ וואס מ׳קען הערן אויף “א וויזניצער ניגון-3” פון הרב ר׳ יעקב יהודא דאסקאל



ובנוגע החקירה אויב מען קען דערקענען סקולענע ניגונים אין ויזניץ, דאכצעמער אז די ניגון וואס מען זינגט אין ויזניץ בקביעות נאך כל מקדש

דו מיינסט אוי שבת שבת קודש? כהאב אויך געהערט אזוי יאהרן צוריק. די פראבלעם מיט דעם איז אז מ׳זינגט די ניגון אין וויזניץ אסאך פאר סאיז געוועהן אזא חסידות און דערהער ווי סקולען.

(און אויך נאך דעם אויבנדערמאנטע רחם) איז א סקולענע ניגון,

וואס? די לאנגע רחם האט מיר הרה״ח הישיש ר׳ קלמן שטעקל געזאגט אז ר׳ ישראל שטיינפרעס האט עס מחבר געוועהן, באוואוסט אלץ ר׳ ישראל אנטוניע. ר׳ קלמן האט עס געבערענגט קיין וויזניץ נאכן קריג פון פריש.
אויב איז עס מיסדו א סקולענער ניגון פארוואס זינגט מען עס נישט אין סקולען קיינמאל נישט?


אבער מען דערקענט דאס נישט בהכרח (יא, יעצט נאכדעם וואס איך דערצייל דאס באמערקט מען שוין טאקע די סקולענע קנייטשן... אבער איך בין נייגעריג אויב דו האסט שוין באמערקט פריער)
רוב סקולענער ניגונים האט מחבר געוועהן די נועם אליעזר, און ס׳האט זיינע קנייטשן. וויזניצער ניגונים האט מחבר געוועהן צענדליגער מענטשען במשך פון אפאר דורות א שטייגער ווי ר׳ קלמן זינגער, ר׳ ניסן יוסט, ר׳ יצחק אונגאר, ר׳ בעריש ווישעווער, ר׳ זיידל ראוונער, אמרי חיים זצ״ל, ר׳ מענדל כ״ץ, ר׳ אברהם ווייס, ר׳ קלמן שטעקל וכו׳ וכו׳ איז עס אביסל שווערער צו דערקענען. אבער מ׳קען עס דאך דערקענען. ספעציעל אלע ניגונים פון ר׳ יצחק אונגאר, קען מען גלייך
שמעקן וויזניץ.




Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיידל ראוונער האט געמאכט ניגונים דירעקט פאר ויזניץ? יתכן, אבער איך האב אלץ פארשטאנען אז ער האט אלץ גאליציאנער חזן געמאכט פאר זיך און די חסידישע הויפן האבן דאס אויפגעפיקט, זיין אב הרחמים פון צוועלעף (?, איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי מען ציילט דאס) פעלער זינגט מען סיי אין באבוב און סיי אין וויזניץ, און דאכצעמער אז עפעס א "אזי בשלישי" אויך.

אבער אז דו ווילסט דווקא קען מען עס רופן ויזניץ, פונקט ווי דער בראדער חייט'ל'ס תנועה איז נכסי צאן ברזל שבת אין ויזניץ... אבער עכ"פ אין די קאנטעקסט פון מפיל קינד'ס תגובה האב איך מעיר געווען אז זיידל ראוונער'ס ניגונים זענען נישט מער ויזניץ ווי ר' בעריש ווישיווער'ס ניגונים.

נאך כל מקדש זינגט מען "היינט צוטאגס" אין ויזניץ צוויי ניגונים איינס נאך די צווייטע. דער ערשטע ניגון איז א וואלס פון צוויי פאלן, און די צווייטע איז א ניגון דביקות פון צוויי פאלן, (די צווייטע פאל פון די צווייטע ניגון האט די ווערטער "שבת שבת קודש"). אמאל פלעגט מען זינגן בלויז די צווייטע ניגון, וואס איז באמת גאר אן אלטע ניגון. דאכצעמער אין תולדות אברהם יצחק זינגט מען נאך עד היום בלויז די צווייטע ניגון, ווייל אין זיין תקופה אין ויזניץ האט מען נאכנישט געזינגען די ערשטע. די ערשטע האט דער אמרי חיים שפעטער אריינגעלייגט און איך בין כמעט זיכער אז די מקור איז סקולען.

נאך מען ענדיגט דעם לאנגן רחם (כברכאוואוואת כברכת השם) איז איינגעפירט צו זינגן דעם ערשטן ניגון (און נישט די צווייטע) איך ווייס נישט ווער עס האט דאס איינגעפירט, אפשר גאר ר' קלמן שטעקל אליין.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ריכטיג האט געשריבן:זיידל ראוונער האט געמאכט ניגונים דירעקט פאר ויזניץ? יתכן, אבער איך האב אלץ פארשטאנען אז ער האט אלץ גאליציאנער חזן געמאכט פאר זיך...

... אבער עכ"פ אין די קאנטעקסט פון מפיל קינד'ס תגובה האב איך מעיר געווען אז זיידל ראוונער'ס ניגונים זענען נישט מער ויזניץ ווי ר' בעריש ווישיווער'ס ניגונים...


ר' זיידעל ראוונער'ס ניגונים האט ער געמאכט פאר זיך, דער אמ"ח זצ"ל, אדער א צווייטער, האט זיך געטראפן מיט עם (אפשר מערערע מאל) אין אימפאטירט קיין וויזניץ פון זיינע ניגונים. דאכצעמער אז זכר חסדו איז אויך פון עם.
-------
ר' בעריש ווישעווער, איינע פון זיינע זעלטענע קריעטיוויטי'ס מיט נגינה איז געווען, אז ער האט געשיקט ניגונים לויט די סטייל פון יענעם חצר, אזוי ווי פריער דערמאנט. טאקע דאס קען מערקען אויף די בר יוחאי-מזמור לדוד. די ניגון איז איינגעטיילט אויף צוויי מאל דריי, אזוי ווי די אנדערע מזמור לדוד'ס. לכאורה איז די ניגון נישט געשיקט געווארן אין די זעלבע אויסשטעל קיין סאטמאר אלס א ניגון אויף לכה דודי, מן הסתם האט ער דאס עדזשאסטעד פאר וויזניץ.

די אמת איז, אז אפילו די מזמור לדוד'ס וואס ער האט דיירעקט געשיקט קיין וויזניץ, זענען אויס געשטעלט לויט די וויזניצע מזמור לדוד'ס-מנוחה ושמחה'ס. עכ"פ, יודע צדיק נפש... אבער די אנדערע ניגונים, אזוי ווי אמונה כל זאת, וואס איז נישט אוועק געשטעלט אויף א מזמור לדוד האט אודאי אן אנדערע סיסטעם מיט די פעלער.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

זיידל איז אפאר מאל געקומען צום אהבת ישראל און די אמרי חיים האט זייער ליב געהאט זיינע ניגונים און אסאך פארברענגט מיט אים.

העתקה מספר "שהשמחה במעונו" חלק ד, שיו"ל ע"י צעירי ויזניץ, כסלו תשס"א,
מתוך פרק א של "הבוחר בשירי זמרה - זמרו לה' חסידיו".

סיפר כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע, כי פעם באחד הימים שלפני חג הפסח, עבר ר' זיידל - עם מקהלתו - דרך וויזשניצא, ביום של קריאת התורה, ונכנס להתפלל תפילת שחרית עם כ"ק מרן הסב"ק זי"ע, בביהמ"ד התפללו שחרית, ואילו בסאלאש שעל ידו - אפו מצות של הקהילה, בתום תפילת שמונה עשרה, כיבד הס"ק את ר' זיידל בפתיחת הארון, באומרו, שישיר "ויהי בנסוע" עם המקהלה, שירתו של ר' זיידל היתה כל כך נעימה ועריבה, עד שהפועלים שהיו מרדדים את המצות נמשכו אל השירה הנפלאה, בהשאירם אחריהם את ה"טייגלעך", אשר נחמצו ונאלצו לזרקם..

שירו לה' שיר חדש

את היצירה הנפלאה על פרק צ"ו מתהלים "שירו לה' שיר חדש וגו'", המושמעת לעיתים בשולחן הטהור, הלחין החזן המפורסם ר' זיידל ראוונער ז"ל.

כ"ק מרן זצללה"ה סיפר, כי בכל חתונה שהשיא רבנו ה"סבא קדישא" זי"ע את אחד מצאצאיו, היה ר' זיידל בא לשמח, כמו כן היה בא לעיתים לשבת קודש - יחד עם מקהלתו, מרן זי"ע התבטא: "דער טאטע האט איהם אף געטרעטטן דעם עמוד", בתפלת קבלת שבת כובד לשיר את המזמור "שירו לה' שיר חדש", ובתפלת שחרית את התפלות "אל אדון" ו"ממקומך".
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נאך כל מקדש זינגט מען "היינט צוטאגס" אין ויזניץ צוויי ניגונים איינס נאך די צווייטע. דער ערשטע ניגון איז א וואלס פון צוויי פאלן, און די צווייטע איז א ניגון דביקות פון צוויי פאלן, (די צווייטע פאל פון די צווייטע ניגון האט די ווערטער "שבת שבת קודש"). אמאל פלעגט מען זינגן בלויז די צווייטע ניגון, וואס איז באמת גאר אן אלטע ניגון. דאכצעמער אין תולדות אברהם יצחק זינגט מען נאך עד היום בלויז די צווייטע ניגון, ווייל אין זיין תקופה אין ויזניץ האט מען נאכנישט געזינגען די ערשטע. די ערשטע האט דער אמרי חיים שפעטער אריינגעלייגט און איך בין כמעט זיכער אז די מקור איז סקולען.



יא דאס קען שטימען און כ׳האב אויך אזוי געהערט אז די צווייטע ניגון קומט טאקע פון סקולען. ווער האט געמאכט די ערשטע ניגון?
דאכצעך קיינער האט נישט קיין אהנונג.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אז מ׳רעדט שוין יא פון ניגוני וויזניץ און פון די נושא. כ׳האב לעצטענס געהערט אז די באוואוסטע וויזניצער ״רחם רחם בחסדך״ וואס ר׳ יצחק אונגאר האט מחבר געוועהן און ר׳ מב״ד זינגט אויף איינע פון זיינע ערשטע טעיפס, האט אין אמתן ר׳ חיים באנעט פון סערט-ויזניץ מחבר געוועהן אלץ יונגער בחור און ער האט זיך געשעמט (פארוואס ווייס איך נישט) האט ער עס געזינגען פאר ר׳ יצחק אונגאר און אזוי איז עס פארשרפרייט געווארן. שפעטער האב איך געזעהן אז אויף אייוועלט שרייבט איינער די זעלבע זאך. איך האב אמאל געפרעגט ר׳ יצחק׳ס זוהן פון ב״פ וועלכע פון דיין טאטענס ניגונים זענען די שענסטע האט ער גענטפערט ״סאיז בכלל א שאלה? זיכער די רחם רחם בחסדך״...

אויב איינער ווייסט צי עס טאקע קראנט די מעשה אדער איינער האט מעהר אינפארמאציע זאל ער ביטע זיך אנרופן. א דאנק

מרדכי בן דוד האט געבעטן יאהרן צוריק רשות פון ר׳ יצחק צי ער קען קויפן זיינע ניגונים. האט אים ר׳ יצחק געזאגט ״ווי קען איך עס פארקויפן? סאיז דאך נישט מיינע ניגונים, סאיז ווינזיצער ניגונים״...

ווען ר׳ חיים מאירל איז געוועהן אמאל זייער קראנק און ער האט נישט גערעדט ווייל ער איז געוועהן ממש שוואך. האט ער געוויזן מיט די הענט אינמיטן די נאכט אז ער דארף עפעס. האט ר׳ זלמן לייב ווייס געפרעגט די רבי דארף וואסער? האט ער געוויזן ניין, עסען? ניין, וואס מ׳האט אים נאר געפרעגט האט ער געוויזן ניין! וואס יא? קיינער האט נישט פארשטאנען. האט דאכצעך ר׳ מנחם אליעזר מאזעס זיך אנגערופן “די רבי וויל מ׳זאל רופן ר׳ יצחק אונגאר?” האט ער געזאגט, אהא אהא. איז מען געלויפן אויפוועקן ר׳ יצחק אינמיטן די נאכט און ער איז געקומען זינגן פארן אמרי חיים...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פאר ווער סאיז אינטערעסירט, סאיז דא א גאנצע אוצר פון טעיפס אלטע און נייע פון ניגוני וויזניץ אויף טעלעגראם אומזיסט.

https://t.me/ViznitzSongs

סאיז דא דארט צוויי טעיפס פון ניגוני הרב ר׳ ניסן יוסט וואס איז באמת ווערט פאר יעדעם וואס גלייכט מוזיק צוהערן.
ר׳ ניסן האט געטוישט וויזניץ פאר אייביג.

איין סידי הייסט ״כתר מלכות״ און איינס ״מלך רחמן״.

דערנאך איז דא אלע וויזניצער ניגונים געזינגן אויף ״לחיים טיש״ פון הרב ר׳ משה יוסף כהנא
און אפאר טעיפס פון הרב ר׳ יעקב יהודא דאסקאל וואס איז זייער שיין.

ווי אויך זאל איינער אפשר אפטיילן די לעצטע פאר תגובות און מאכן א באזונדערע אשכול פון ״ניגוני בית וויזניץ״. איך האב נישט קיין געדולט פאר דעם.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווי קען מען רעדן פון סקולענע ניגונים וואס דער רבי זצ''ל האט געשיקט צו די וויזניצע רביים אלס משלוח מנות אן דערמאנען דעם מערסטען באקאנסטן, נעמליך דער בארימטער ושמרו בני ישראל? דאס קען דאך אפילו א טויבער רח''ל הערן אז עס איז א שטיק סקולען.

דאכט זיך ער האט געשיקט דרייצן ניגונים אין טאטאל.

שבת'ל דיין מעשה מיטן אמרי חיים איז ציקער זיס און ווייזט אויך אויפן חכמה און אמת'ן התקשרות פון ר' מנחם לייזער הי''ו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך אויך האט געשריבן:ווי קען מען רעדן פון סקולענע ניגונים וואס דער רבי זצ''ל האט געשיקט צו די וויזניצע רביים אלס משלוח מנות אן דערמאנען דעם מערסטען באקאנסטן, נעמליך דער בארימטער ושמרו בני ישראל? דאס קען דאך אפילו א טויבער רח''ל הערן אז עס איז א שטיק סקולען.

דאכט זיך ער האט געשיקט דרייצן ניגונים אין טאטאל.

שבת'ל דיין מעשה מיטן אמרי חיים איז ציקער זיס און ווייזט אויך אויפן חכמה און אמת'ן התקשרות פון ר' מנחם לייזער הי''ו.


דאכצעך נישט קיין דרייצן ניגונים. קיינמאל נישט געהערט וויפל.

ר׳ מנחם לייזער האט לעצטענס ארויסגעגעבן א בוך פון זיינע זכרונות אין וויזניץ- ער איז געוועהן די משב״ק און פון די נאנטע מענטשען צום אמרי חיים, און צו אלע רבנים אין אר״י. דער בית ישראל מגור זי״ע האט געזאגט ״א רבי וואס איז נישט נאנט מיט מנחם לייזער איז קיין רבי נישט״...

איך האב נאכנישט געליינט די בוך אבער סאיז אין פלאן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רעדענדיג פון נגינה און וויזניץ איז אינטערסאנט צו באמערקן אז די באוואוסטע וועלטס-ניגון ״א גאנץ יאהר פרייליך״ איז באמת א חלק פון א וויזניצער ניגון וואס א וויזניצער חסיד האט געמאכט זייענדיג ביים סב״ק דער אהבת ישראל אויף פסח. ער האט דעמאלטס געמאכט א לענגערע ניגון מיט גראמען אז הלוואי וואלט ער געוועהן א גאנץ יאהר אזוי פרייליך ווי ער איז געוועהן ביים סדר ביים אהבת ישראל זי״ע. די וועלט האט ארויסגענומען די איין זאץ און עס געמאכט פאר א וועלטס ניגון.

ווער ס׳ווייסט וויאזוי ער האט געהייסן זאל זיך ביטע אנרופן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א הערליכע טאנץ פונעם רהיין.

https://youtu.be/-3yJfkgjG1Y
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א פולע קאנצערט פון André Rieu ספעציעל פאבליצירט אומזינסט לכבוד חג הקאראנאוויירוס.

https://youtu.be/K80cSfaCBQk
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אלס פותח האשכול וויל איך בעטן בבקשה אז מען זאל האלטן דעם אשכול בלויז פאר לינקס פון שיינע ניגונים קליפס, און לכתחילה נאר אידישע.

א דאנק למפרע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער מוזיק ערענדזשער יואלי דיקמאן מיט ילד הפלא מוטי גרינבוים.
נישט נארמאל שיין. איך האב שוין 5 מאל איבערגעקוקט דעם ילד הפלא און איך ווער מער און מער משוגע...

https://youtu.be/b_5BXL5p6SA
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א הערליכע טאנץ פונעם רהיין.

https://youtu.be/-3yJfkgjG1Y


ווייס איך נישט וואספארא גליק דו האסט געטראפן ביים דויטש... אזעלכע סטיל טענץ זענען זייער פאפולער אין אייראפע.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

https://www.youtube.com/watch?v=LtzP2YH5V3Q

א נייע מוזיק ווידעא דורך א מוזיקאנט פון לאנדאן אלימילך האלפרין.

דער ניגון צי ווידעאו איז נישט עפעס א מורא'דיגע חידוש, נאר עס איז די ערשטע אזא סארט ווידעאו ביים היימישן עולם.
דער ווידעאו איז מיט א 360 וויזשאן. אלע מוזיקאנטן זענען אויסגעשטעלט אין א רינדעכיגן צירקל, און מ'קען אריינזאמען אויפ'ן ווידעאו צו אלע ריכטונגען, גאנץ קיל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

André Rieu - social distancing

ער האט געהאט א ווייטע בליק...

איינער דא געדענקט נאך דעם ליד?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פארשטאנד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א הערליכע טאנץ פונעם רהיין.

https://youtu.be/-3yJfkgjG1Y


ווייס איך נישט וואספארא גליק דו האסט געטראפן ביים דויטש... אזעלכע סטיל טענץ זענען זייער פאפולער אין אייראפע.

נישט נאר אין אייראפע, אין אמעריקע אויך. כ'ווייס נישט פון וועלכע גליק דו רעדסט, ס'איז פשוט שיין, די קינדער דארט זענען עפעס צוקער זיס, ועל טעם וריח אין להתוכח.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

נישט ניי אבער זייער שיין
א הערלעכע פּאַראָדיע פונעם װעלט באַרימטן bohemian rhapsody, לכבוד חנוכה
די Six13 טרופּע
https://www.youtube.com/watch?v=9P30ckBf1wk

זייער מייסטערפול, בכלל נישט קיין גרינגע ניגון
Just another nerd
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פארשטאנד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א הערליכע טאנץ פונעם רהיין.

https://youtu.be/-3yJfkgjG1Y


ווייס איך נישט וואספארא גליק דו האסט געטראפן ביים דויטש... אזעלכע סטיל טענץ זענען זייער פאפולער אין אייראפע.

דער זעלבער טאנצעדיגער דייטש (ימ"ש) געקענט גיין גלייך פון טאנץ זאל צו די גאז קאמערן און אריינפאמפן ציקלאן-בי. אין די אידן...!

יא. די נאציס, ימ"ש (מיט אלע דייטשן) האבן אנגעצינדן א פאמפ וועלכע האט אריינגעבלאזן די גיפט מיט א פרעשור. און ארויסגענומען די נשמות פון די אידן...!
באניצער אוואטאר
נאה דורש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:54 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך נאה דורש »

פארשפארט