אידישע סינגלס און Parody ניגונים!

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

אידישע סינגלס און Parody ניגונים!

שליחה דורך לאליפאפ »

די אשכול איז פאר סינגלס. דאס איז א זאך וועלכע איז גאר פארשפרייט אינעם גויש'ן עולם הנגינה אבער האט זיך אלעמאל אויך געפינען ביי אונז און ווערט יעצט שטארק פארמערט ביי אונז, דאס ארויסגעבן א גאנצן אלבום מיט מערערע לידער איז א זאך וואס ווערט באטראכט אלץ פרימיטיוו און אין א וועג ווערטלאז.

אין די היינטיגע עפאכע איז א דיסק נישט קיין שטארקע מקור חיונה פאר א בעל מנגן, ממילא האט זיך פארשפרייט די געדאנק פון ארויסגעבן אן אייצלנעם ליד אויף א מאל, אממערסטנס איז דאס בחינם, און ברענגט אסאך פאפולאריטעט פאר די ארויסגעבער.

דא אין שטיבל איז נאך נישט פארהאן אן אשכול אויסצושמועסן אזוינע איינצלעך, ממילא ווערן זיי פארפאלן פון די פעדערס פון די חברי השטיבל, איז גוט אז אין דעם אשכול זאל מען קענען אויסשמועסן אלעס איבער איינצלעך (סינגלס) פון ארגינעל אידישע מקורות און היימישע קאמפאזירער און זינגער.

ווי אויך האט זיך לעצטנס פארמערט די סטייל אז געוויסע נעמען א עלטערע צו א יונגערע גוי'שע לידל און מ'איז מיט געוויסע שמות און כוונות דאס אינגאנצן מהפך און מטהר און מ'ברענגט אריין דעם תנועה תחת כנפי השכינה, ווי שוין באקאנט פון די צייטן פון הרה"ק ר' אייזיקל קאליב'ער ולמעב"ק זכותם יגן עלינו, איז די אשכול אויך א פלאץ אהערצוברענגען די פרישע סחורה און אויסשמועסן בטוב טעם ודעת די היסטאריע דערפון, און ווער איז די בית דין וואס האט עס גע'טובל'ט.

איך הייב אן מיט דוד גבאי'ס נייע סינגל "בורא עולם" וואס איז ארויס די וואך, פארפאסט דורך ייצי וואלדנער, בייגעלייגט האט איר א דאונלאעד לינק פאר דעם ליד.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20140323-WA0067.jpg
IMG-20140323-WA0067.jpg (157.91 KiB) געזען געווארן 3943 מאל

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר