חזן און זינגער ר' דוד ווערדיגער ז"ל

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

חזן און זינגער ר' דוד ווערדיגער ז"ל

שליחה דורך לאליפאפ »

אין בארא פארק איז היינט נפטר געווארן דער לאנגיעריגער בארימטער מוזיק טאטע, חזן און זינגער דוד ווערדיגער ז"ל. ר' דוד איז דער פאטער פון MBD וועלכער פאררופט זיך טאקע אזוי אויפן נאמען פון זיין פארשטארבענעם פאטער, און ווערט גערופן ביי טייל דער קעניג פון אידיש מוזיק, ווי אויך איז ער דער פאטער פונעם זינגער מענדי ווערדיגער וועלכע האט שוין אויך ארויסגעגעבן עטליכע אלבומס.

דוד ווערדיגער האט ארויסגעגעבן א צאל גאר שיינע און אינהאלטסרייכע דיסקס דורכאויס זיין לעבן, לדוגמא דער גאר אויפגעכאפטער טעיפ "מעליצער עונג שבת - דוד און מרדכי בן דוד ווערדיגער", אנגעהויבן פון זיין ערשטן וועלכע ער האט ארויסגעלייגט צו פארקויפן אום תשי"ט (דאן נאך דער רעקארד) און איז צוכאפט געווארן פון די פאליצעס.

זיין מוזיקאלישע טאלאנט איז שוין באקאנט געווארן אין זיינע גאר יונגע יארן נאך פאר די קריג ווי ער האט געדינט אלץ סאלאיסט אין אייזיק יעקל'ס שול אין קראקאוו, אין עלטער פון זעקס יאר.

עס ווערט דערציילט אז ביי די מלחמה האבן אים די רשעים געפירט צום טויט, און ער האט באקריגן פון זיי ערלויבעניש צו זינגען איין לעצטן מאל, האט ער מיט גרויס געפיל אראפגעלייגט א קל מלא רחמים אין אנדענק פון די פילצאליגע קרבנות, און דער רשע איז געווארן אזוי בארירט דערפון אז ער האט פשוט געהויבן פיס און אנטלאפן, און אזוי איז ער ניצל געווארן פונעם טויט.

קומענדיג קיין אמעריקא האט ער זיך אוועקגעשטעלט א פעסטן מוזיק קאריערע, מאכנדיג קאנצערטן און ארויסגעבנדיג אלבומס, און ער האט זוכה געווען אז רוב אויב נישט אלע פון זיינע קינדער און אייניקלעך גייען אין זיינע דרכים, גיבן ארויס אידישע טאלאנט צו די גאס, און ברענגען אריין שמחה אין אידישע הערצער, ווי מרדכי, מענדי, יידל און ישראל.

ר' דוד האט אויפגעשטעלט א ווארעמע חסידי'שע שטוב אויפן גערער דרך, און איז באגלייט געווארן היינט איינס אזייגער צו זיין אייביגן רוה אין עלטער פון 95 יאר.

[center]יהא זכרו ברוך![/center]

בילד פון ר' דוד מיט זיינע צוויי זון מרדכי און מענדי און אייניקל ישראל ביים דינער פון RCCS עטליכע יאר צוריק
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20140403-WA0016.jpg
IMG-20140403-WA0016.jpg (74.67 KiB) געזען געווארן 1674 מאל

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר