פארוואס זענען אפגעפארענע פאר'כישוף'ט אין יום טוב עהרליך?

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

פארוואס זענען אפגעפארענע פאר'כישוף'ט אין יום טוב עהרליך?

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג יוני 23, 2014 10:56 am

ווער פון אונז איז דען נישט אויפגעוואקסען אויף די הערליכע ווארימע לידער פון יום טוב עהרליך? די שיינקייט, ווארימקייט, "עהרליכקייט", אנגעפולט מיט אמונה און אידישקייט איז א סימבאל פון הייליגע אידישע נגינה.

אונז זענען אויך אויפגעוואקסען מיט די לעגענדע פון יום טוב עהרליך, וואספארא צדיק ער איז געוועהן, און ווי ער פלעגט שפילן ביי חתונות מיט פארמאכטע אויגן.

אבער א ווינדערליכע זאך האב איך באמערקט. זייער אסאך פון די היימישע אפגעפארענע בלייבן מיט א געוואלדיגע אהבה צו יום טוב עהרליך און זיינע לידער, און זינגען זיי ווייטער מיט בענקשאפט.

אפאר חדשים צוריק איז ארויסגעקומען א קורצע פילם פון היימישע אפגעפארענע מיט'ן נאמען "איט געט'ס בעסער". אין די קליפ טוען זיי זייער ראטינע ארבייט, בשעתן זיך צוהערן צו אידישע מוזיק, און זיי זינגען זיך אונטער די מוזיק.

א ריזיגע פראצענט פון די מוזיק וואס זיי האבן זיך אויסגעקליבן איז געוועהן פון יום טוב עהרליך.

אין ארץ ישראל ווערט היינט געשפילט א TV דאקימענטרי פון חרדים וואס זענען יוצאים בשאלה. און דארטען ווידער זאגט איינער אז ער בענקט זיך צו אידישע לידער, און ער פאנגט אהן צו זינגען "יאקאב" פון יום טוב עהרליך.

איך ווייס פון נאך א היימישע אפגעפארענער וואס איז אבסעסט מיט יום טוב עהרליך, און איז אפילו גרייט צו צאלן גרויס געלט פאר עני אריזשינעל רעקארדס פון אים.

וואס האלט די עולם? וואס איז פשט אז דוקא יום טוב עהרליך בלייבט אזוי איינגעקריצט אין די ביינער אפילו ווען מ'גלייבט נישט אין די תורה און מ'איז אינגאנצען פריי?
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1591 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג יוני 23, 2014 11:31 am

קיינמאל נישט געהערט פון דעם דזשענערלייזעישן. אבער בדרך אפשר קען מען זאגן. יו"ט עהרליך איז דער איינציגסטער זינגער וואס כאטש ער איז אנגענומען ביי די טאליבאנסטע הייזער שמוגלט ער זיך דורך מיט א היבשע ביסל גראבע שפראך וואס היינטיגע צייטן וואלט מען אזא איינעם אפגעשפיגן. (און טאקע ווייל ער האט אן אנדערעם עולם געטארגעטעט דעמאלטס). נאטורליך אז די קינדער מיט א ציציאונגס פאר קריעיטיוועטי גייען פאר יו"ט ערליך און נישט צוליב די גרויסע מוסר השכל'ס נאר פשוט צוליב די קונסט זיינס. און טאקע וואו דען אז נישט אין זיינע טעיפס זאלן זיי געוואויר ווערן אז אמאל זענען די טיווי מיט פוטבול געווען ווי היינט אינטערנעט מיט תולעים. זיי זענען ביידע געווען א מאָסט אין א אידיש הויז אין אמעריקע.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2830 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יוני 23, 2014 1:38 pm

זיי האבן אויך ליב היימישע חלות, אווערנייט קוגל, הערינג מיט אייער קיכל, א שיינע חסידישע געדאנק, א ווארימע הנני העני ממעש, און נאך אסאך זאכן וואס אונזער רייכע קולטור פארמאגט. און אז ער גלייבט נישט אין עשרת הדיברות מוז ער אויך אויפגעבן די טשיז קעיק? אז ער רייכערט שבת מוז ער אויפגעבן אויף די שענסטע סעודה מיר פארמאגן דורכאויס די וואך?

פארוואס דוקא יו"ט ערליך? אפשר ווייל סתם איבערזונגען פסוקים ווי כי הירבית און כי אתה הוא מלך רעדט שוין נישט צו זייער געפילן, משא"כ די אידישע ניגונים. און פארדעם איז אויך דא פון די יונגערע דור וואס בעבלען איבער מיכאל און ליפא'ס ניגונים.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7567 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג יוני 23, 2014 7:05 pm

טאמבי ,וועם האט ער געטארגעטעט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5706
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2603 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דינסטאג יוני 24, 2014 10:22 am

קודם עס איז דברים היוצאים מן הלב.
און אויסער דעם אנדערש ווי אסאך פון די היינטיגע זינגערס און סטארס ער איז געווען אן אמת'ר ערליכער איד וואס האט מיט זיינע ניגונים געקענט צוריק שלעפען אסאך און נישט א נישט געווען יאר טיפיקעל אונגארישע בהמה. וואס שרייט און מאכט יעדעם אוועק
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל

הודעהדורך רוח קדים » דינסטאג יוני 24, 2014 11:16 am

כגעפילטע, טאמבי ועוד.

א זייטיגע באמערקונג איבער יענעם קליפ. קענסט באקוועם אנעמען אז מיט זייער גאנצע ליבשאפט צו יום טוב ערליך, איז ער פארט נישט דער ארטיסט וועלכער שטייט אין שפיץ פון זייער טעגליכע מוזיק האביס. ס׳איז ליבערשט אריינגעשטעלט געווארן אינעם הונטערגרונד פאר עטוואס אנדערע צוועקן.
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יוני 24, 2014 11:41 am

איך אויך האט געשריבן:טאמבי ,וועם האט ער געטארגעטעט?

א אנדערע סארט יוגנט ווי היינט. אמעריקאנע בויעס ווי ער רופט זיי. ווי איך האב פארשטאנען איז עס נישט געווען דער טיפיקל חסידיש אינגל פון היינט.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2830 מאל

הודעהדורך ארטיסט » דינסטאג יוני 24, 2014 11:02 pm

יו״ט ערליך האט פארפאסט טיפע ניגונים, און די אלע יוצאים בשאלה זינגען פשוט נאך די לידער פון יו״ט ערליך געזינגען דורך היינטיגע זינגער ווי מרדכי בן דוד, וואס זינגט אן א שיעור פון זיינע ניגונים. און די סיבה בעיני איז אז די אלע יוצאי רעה פארמאגן נישט עפעס בעסער נאר מוזן מיט געוואלד יונק זיין פון זייער קינדער לידער. זיי פארשטייען אויך אז א ליד וואס זינגט קרעפליך מיט הויזן איז ליידיג פיסט און וויסט קעגן א טיפע ניגון פון ׳איך האב געווארט׳.
ארטיסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 25, 2014 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך יוני 25, 2014 1:43 am

ס'איז גראדע גיט אז זיי הערן זיך אן מיט עהרליכע ניגונים. זאלן זיי הערן ווי ר' יו"ט שמועסט מיט זיין אייניקעל:
- קוקט זיך קינדערלאך איין צו מיר, וואס איז דאס מלכה'לע?
- א שטיקל פאפיר
- וואס זעסטו אויף איר?
- א גרויסע שווארע פלעק אן א סדר, שפיצן אויף אלע זייטן, צעשמירט כסדר
- פון וואנען איז עס געווארן מיין קינד?
- עס האט זיך געוויס אויסגעגאסן אויף דעם א טינטער מיט טינט.
- און זאג מיר, וואס זעסטו אויף דעם פאפיר?
- גלייכע געשריבענע שורות, שיינע אויתיות, מיט קיילעכדיגע צורות, מען זעט אז ס'איז פול מיט חכמה אן אן שיעור.
- קען מען זאגן אז טינט האט זיך אויסגעגאסן אויף דעם פאפיר?
- ניין!
- א חכם האט דא תורה געשריבן מיט זיין פען


אדער זאלן זיי אנהערן ווי ר' יו"ט זינגט "צימבלען":

אוי צימבלען! צימבלען!
אוי וועט מען דארטן צימבלען!
צימבלען! צימבלען!
אוי וועט מען אונז דארטן צימבלען.

פאר יעדן שמייכל און פאר יעדן בליק,
פאר אויסדרייען זיך, און קוקן צוריק,
פאר אהנרירן און פאר געבן הענט,
וועט מען קריגן מיט פראצענט
....


און אזא יציאות מצרים ערציילונג ווי ער חוזק'ט אפ פון די "פארגעשריטענע" עגיפטישע וויסענשאפט מיט זייערע נאטורליכע היסברים אויף די מכות:

יעמוד, יעמוד, העלא:
א באריכט איז דא,
פון דער לעצטער שעה,
שרייט דער ספיקער איבער אלע גאסן,
צו אלע מאסן.
אין נאמען פון דער מצרי'שער ציוויליזעשאן,
און דער יונייטעט נעשאן, פון יעדער ארגאנייזעשאן,
און קארפארעשאן, פון יעדער פעדערעשאן,
און קאנגרעגעשאן, מען זאל נישט האבן קיין אגריוועשאן,
פון די צוויי אידן אהרן און משה'ן,
די פירער פון גושן,
וואס ווילן מאכן א אידן עמיגרעשאן,
מצרים שטייט אויף א פעסטן פאנדעשאן.
מיט אונזער מאדערנע ציוויליזעשאן און קולטור,
וואס לערענט אונז אז אלעס איז פון דער נאטור,
.....

און נאר די נאטור פארשער ווייסן שוין גוט,
די סיבה וואס די וואסער איז געווארן בלוט,
דאס איז די לעצטע נייעס,
אין די וואסערן איז א גרויסע מלחמה צווישן די פיש מיט די חיות
עפעס האט דעם קראקאדיל פארדראסן, אויפן לויתן,
האט מען איינער דעם צווייטן געשאסן,
און אזוי פיל בלוט פארגאסן,
אז עס האט דעם גאנצן טייך פארפלאסן,
דאס קען פאסירן,
פרעה וועט מארגן פראבירן, אינטערווינערן,
ער וועט אריין אין טייך,
און מאכן שלום גלייך,
נישטא קיין זארגן,
אלע אידן גייען צו דער ארבעט מארגן,
...



זאל טאקע זיין דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3910 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יוני 25, 2014 8:56 am

יואליש, דאס געדענקסטו פון אויסנווייניג אדער ס'איז קאפירט פון ערגעץ?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8133 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך יוני 25, 2014 1:41 pm

כ'דריי זיך מיט ביידע בענדער אויף מיין טאבלעט על כל צרה שלא תבא.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3910 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג יוני 30, 2014 7:27 pm

ווי מיין השערה איז אז זיי פרובירן טאקע אפציקילן יעדע געפיל צי זייערע אלטע אידישע טראדיציע אבער געפילן וואס זענען טיף טיף איינגעווארצעלט אי זייער שווער עוקר צי זיין אין די צוויי זאכן אידיש אין נגינה זענען גאר טיף איינגעווארצעלט אין יעדען אידיש קינד ממילא אפילו נאכן זיך אפפרעמדן ווען מען הערט א ווארעמען אידישן ניגון דרינגט דאס אריין עמוק עמוק
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6463 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2336 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יוני 30, 2014 8:00 pm

פון ווי נעמט מען אז אפגעפארנע זענען פארכישופט פאר יו"ט ערליך עפעס מער ווי קרליבך יאסעלע אדער קווארטין וכודומה ווייל מהאט עס געניצט פאר א סאונד טרעיק אין א קליפ פון איט געטס בעססער ?
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 30, 2014 8:18 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:ווי מיין השערה איז אז זיי פרובירן טאקע אפציקילן יעדע געפיל צי זייערע אלטע אידישע טראדיציע אבער געפילן וואס זענען טיף טיף איינגעווארצעלט אי זייער שווער עוקר צי זיין אין די צוויי זאכן אידיש אין נגינה זענען גאר טיף איינגעווארצעלט אין יעדען אידיש קינד ממילא אפילו נאכן זיך אפפרעמדן ווען מען הערט א ווארעמען אידישן ניגון דרינגט דאס אריין עמוק עמוק

איך האב פונקט א פארקערטע סברא. ס'ווייזט אז זיי זענען וואוילע אידן. אין זייער הארץ האבן זיי ליעב אידישקייט. און זיי האבן ליעב דעם באשעפער. און דערפאר, ניגונים וועלכע זענען געזינגען געווארן על טהרת הקודש זענען יוצאים מן הלב. ממילא זענען זיי נכנסים ללב. און ס'דא א האפענונג אז זיי וועלן זיך אי"ה צוריקקערן פולשטענדיג צו אידישקייט. צו טון מצוות מעשיות... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :| :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8922 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:45 am

פריידע וויזעל לייגט שלאפן איר אינגעלע מיט ר' יום טוב עהרליכ'ס 'געסאלאך הייזער חדרימ'לאך'
פריידע וויזעל, וויג-לידאלע
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:46 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:פריידע וויזעל לייגט שלאפן איר אינגעלע מיט ר' יום טוב עהרליכ'ס 'געסאלאך הייזער חדרימ'לאך'
פריידע וויזעל, וויג-לידאלע

ווייל אין הינטער באוואוסטזיין ווייסט זי אויך אז דארט ליגט די אמונה. דארט ליגט די ריכטיגע וועג.
איך מאך א פרע-דיקשאן. אין בערך צען יאר ארום, וועט זי אי"ה צוריק ווערן א הייליגע שפיצל לעידי (אזוי ווי אמאל, אין די גוטע צייטן. אינדערהעים.). זי וועט הייסן רעבעצין עפעס... און זי וועט ארומפארן געיבן דרשות התעוררות לתשובה (לעקטשורס) פאר די נשים צדקניות די בכל אתר... פאר גרויס געלט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8922 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:49 am

טאמבל סאס האט געשריבן: אבער בדרך אפשר קען מען זאגן. יו"ט עהרליך איז דער איינציגסטער זינגער וואס כאטש ער איז אנגענומען ביי די טאליבאנסטע הייזער שמוגלט ער זיך דורך מיט א היבשע ביסל גראבע שפראך וואס היינטיגע צייטן וואלט מען אזא איינעם אפגעשפיגן.


פאר די וואס ווייסען, היינט האט מען אפילו דאס אויך צענזורירט. עס איז דא היינט אלבומ'ס פון איינער וואס זינגט נאך יום טוב ערליך אבער ער האט עס גע'כשר'ט. די אלע "גראבע שפראך" זענען צענזורירט
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל


גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: דוראק און 2 געסט