דורך לאליפאפ » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:30 pm
בעזרת השם יתברך מיט א גרויסן טענק יו השם, גרייטן מיר זיך צו מאכן פלאץ אויף די פאליצעס טאקע שוין אנהייב דעם אנדערן וואך פאר די דריטע אלבום פונעם פאפולארער ברייט נאכגעפאלגטער זינגער און פערפארמער בערי וועבער.
ווען מען רעדט פון א פרישן אידישן מוזיק אלבום איז א שמחה פאר זיך, אבער ווען מ'רעדט פון א שטערן ווי בערי וועלכע איז עולה ומתעלה מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, איז אזא בשורה גארנישט קיין געווענליכער.
ר' בערי איז א ברסלב'ער חסיד, א לעבעדיגער און סטיילישער יונגערמאן, דעליווערט וואס מיר דארפן האבן, און פארדעם רינט די שפייעכץ ווען מ'רעדט פון א שווער באארבעטן דיסק ווי בן מלך און דורך בערי.
בערי האט זיך ארויסגעשטעלט לעיטלי צו האבן אויך א שטארקן כח פון קאמפאזאציע, און ווי עס האט זיך שוין ארויסגעוויזן עטליכע מאל אין די פארגאנגנהייט, און ווי ער געבט אן פלאנט ער אונז נישט צו אנטוישן, און ארויס פון 11 טרעקס זענען פינף וואס ער האט אליינס מלחין געווען!
בערי וועבער פערזענליך גלייכט שטארק די ניגון וועלכע רופט זיך אינעם דיסק "איך בין א בן מלך", עס איז נישט גענצליך קיין ניגון מיט אידישע גראמען, אייגנטליך איז נישטא אינעם גאנצן דיסק קיין איין פולע ליד אין בלויז אידיש, אבער עטליכע וועלכע זענען א מיקס פון אידיש און עברית, און דאס איז ככל הנראה איינס פון די לידער, און די מוזיק אינעם ליד איז ארעינדזשד דורך רולי אזרחי.
מען האט פארשטייט זיך נישט אויסגעלאזט פינקי ביים וועלן ניגונים, און עס ווארט אונז האבן א הערליכן ושמרו לידל, איך מיין די רעדע איז פון א דיסקא.
אונזער אלעם באליבטן עירמאנטער רב האט אונז אויך נישט פארלאזט נאך מענדי סענדי קענדי, און ער האט אונז ערלעדיגט א שיר אזאנס וואס רופט זיך "וואשן" (?), פון די פאן סטייל ווי בערי רופט עס.
הער אויס אבער, איך קען דאך נישט אראפשרייבן די נאטן אויך, עפעס מוז מען לאזן פאר דעם רונדיגן דיסק אליין ער זאל אונז איבערראשן, נו... עמיר זיך נישט קריגן מיט עם, און מ'עמיר ווארטן מיט (אומ) געדולד אויף אנהייב וואך.
אוי!! ווי האב איך דא אויסגעלאזט נפתלי משה?? אקעי יעדער פארשטייט אז אן אים גייט גארנישט, סאו.. וואס זאל איך צולייגן?
איך קען נישט ווארטן, עס קומט א שטארקס!