ניגוני ברסלב / אומאן - ראש השנה / נ נח

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

ניגוני ברסלב / אומאן - ראש השנה / נ נח

שליחה דורך לאליפאפ »

ווער עס האט נאר אמאל אריבערגעטרעטן דעם שוועל אין אומאן, און בפרט ראש השנה צייט, ווייסט פאר וועלכע סארט ניגונים (סינגלס) איך עפן דעם אשכול, און ווער נישט מיינעך קען אויך פארשטיין פון דעם פאראגראף וועלכע לידער איך האב אינזין, אבער ליתר שאת וועל איך מסביר זיין קלאר.

פארהאן כל מיני שירי פאפ ווי עס רופט זיך, סינגלס וואס פארציילן איבער ברסלב (איבערהויפט נישט ישראל דגן / יואל ראטה / נחמי' פעלבערבוים סטייל) פון אלעס און אלעמען איבער אומאן, ליקוטי מוהר"ן, נ נח'ס און התבודדות.

פון די מער באוואוסטע זענען עטליכע ניגונים וועלכע זענען פארפאסט געווארן דורך די גאר טאלאנטפולע ספרדי'שע ברידער חיים ישראל און איציק אשל, צ.ב.ש. אל אוקראינה, כי הרבי שלי, רבי נחמן, באים לאומן, און נאך פילע אן א שיעור, ווידער זענען דא פון ווייניגער מוזיקאלישע - מער צולאזטע נאנאכס, וועלכע לאזן זיך הערן מיט זייערע ברסלב אגענדעס ווי הונגעריגע וועלף אין א התבודדות וואלד אין פארעם פון א ניגון (סי סי הרב תומר), אלזא זיי זענען ווייטער אריינגערעכנט אין דעם אשכול'ס קאלעקציע רעינדזש.

זייער וועלקאם ווער עס קען ארויפשטעלן דא דאונלאעד אדער יוטוב לינקס, פליז מיט א שטיקל פירוש איבער וואס עס יושעט זיך אין און ארום דעם ליד, אלעס אויף דעם סטייל פון די אויבנדערמאנטע שירים, און זאלן זיך די געמיטער אביסל הייבן מיט א רגש פון שמחה און/אדער מילתא דשטותא...

איך הייב אן מיט די גאר נייע ליד וועלכע ווערט יעצט צוערשט פארשפרייט אפקלאפנדיג דעם אשכול, בסוף כולם יהיו ברסלב (דראפבאקס לינק), א ניגון דורך איציק אשל באזירט אויף א ליקוטי מוהר"ן, וועלכע רעדט ארום פון ונתתי לכם לב-בסר (ברסלב).
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20140831-WA0022.jpg
IMG-20140831-WA0022.jpg (94.49 KiB) געזען געווארן 4143 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאליפאפ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר