נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:50 am

איך ווייס נישט אויב ער איז טאקע ניי, אבער פאר מיר איז ער קלאר ניי.
איך האב מיך באגעגענט מיט א הערליכן קליפ ווי ער לייגט אראפ מייסטערהאפטיג א ניגון מיט אן אייגנארטיגן געשמאק און כאריזמע.
ער האט גאר א גוטע שטימע און טראגט דעם טאן מיט א קונצליכער שטארקייט מיט גאר אסאך אייגענע קוועטשן.
עס איז באגריסנווערד אז עס קומט ארויף אויפ'ן אידישן מארק פרישע טאלאנט, און מיר וואונטשן אים פיל הצלחה.
מער אינפארמאציע איבער דעם זינגער איז וועלקאמד.
אגב, ס'איז דירעקט נישט קיין לייכטע ניגון און א שטיקל קונץ דאס אזוי פאכמאניש אראפלייגן.

דא האט איר דעם שיינעם קליפ:

https://www.youtube.com/watch?v=xRDS9icAQ2E
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כוכב אום דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:01 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2351
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4644 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6520 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:00 am

ער איז איינגעשטעלט אין שירה, דער זינגט ווי א גאון, ער איז בעל הבית אויפן ניגון און שפילט זיך דערמיט ווי א יאָו יאָו ער איז איינס אין דער וועלט, ווי האט יענער געזאגט? דער קונסט איז נישט אוועק צודרייען די קונסט איז צירוק צוקומען.

איך האב איהם לעצטענס געהערט אויף א חתונה, איך בין משוגא געווארן ווי ער נעמט פשוטע ניגונים און פארוואנדעלט עס אין חידושים נפלאים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מצטמק ויפה אום זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 2:33 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך אויליגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:31 am

ער זינגט נישט אפיציעל און פרדס נאר צוליב סיבות אז דער זינגער האט נישט געקענט קומען האט ער עם גערופן
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך אויליגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:40 am

די קליפ וואס @כוכב האט ארויפגעלייגט איז מוראדיג שיין די ניגון ריבון קומט דאכצעך פון דעדי עס איז זייער שווער זיך צו האלטען אויפן טאן נאך קיינמאל נישט געהערט זיך אזוי גוט האלטען אויפן טאהן אויף די ניגון
אגב הער איך אז סאיז און פלאן ארויסצוקומען מיט א סידי איינער מיט מער אפדעטס?
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:46 am

יא דעדי אויפן גאנץ ערשטן אלבום, קאמפאזט ביי יוסי גרין.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 11:48 am

שמואל דוד איז נישט סתם נאך א זינגער, ער איז א אינעוועיטער אין די וועג ווי אזוי מ'זינגט חסידיש מוזיק. באלד אזוי ווי מיכאל שניצלער בשעתו. איך בין נייגעריג צו זעהן צו ער קען אויך גוט, שטייטע קומזיצעשע ניגונים.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4808
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9622 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9316 מאל

הודעהדורך קאנצעפט » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:26 pm

אה, אל האשכול הזה התכוונתי, שוין אפאר וואכן וואס איך דריי זיך ארום מיט'ן געדאנק צו שרייבן וועגן דעם שמואלי אונגאר'ן, און איך זע דער עולם זאגט ממש וואס איך האב געוואלט זאגן.

דער שמואלי אונגאר איז א נייער פונאמענאן, א דורכברוך, און לפענ"ד קען ער אנקומען צו די שטאפלען פון די גרעסטע שטערנ'ס בעולם הנגינה, אויפ'ן לעוול פון אברהם פריד וכו'.

ער ליגט אין עולם הנגינה, און ווען ער נעמט א חתונה, איז עס זיין לעבן, זיין אחריות, ער גיבט זיין גאנצע חיות פאר דעם דזשאב, און עס דערקענט זיך אויף יעדן חתונה באזונדער, ס'איז נישטא נאך א זינגער אויף די מארקעט וואס הייבט אזוי א חתונה ווי שמואלי! אויף יעדע ניגון עקסטער וועט ער ארויפלייגן א נייעם טוויסט, און בכלל, זיין וועג פון הייבן איז עפעס א חידוש וואס האלט מיר געפלעפט יעדעס מאל עקסטער, א קוועטש דא, א דריידל דארט, און דער עולם שפרינגט, מ'קען ממש נישט בלייבן שטיין און נישט מיטטאנצן, יעדער ווערט פארכאפט מיט התלהבות.

אקעי, קום אראפ בארואיג זיך, שוין געהערט אזאנס, יעיע, כ'קען אים שוין פינף יאר, און איך זע ווי ער וואקסט יעדן חודש מער און מער, עד כדי כך אז איך בין פון זיינע גרעסטע פענ'ס, און מארק מיי ווארדס ער גייט אנקומען צו די העכסטע שטאפלען.

אביסל וועגן דעם אונגאר'ן:
ער זינגט טאקע אין שירה, אבער גאר ווייניג, און ער זינגט נישט אין פרדס פיגא, ווייל זיי זענען א תקנות זאל... ער האט ממש יעדע נאכט א חתונה, פון לעיקוואוד ביז מאנרא, איבעראל רופט מען אים... מיט שירה גייט ער געווענדליך נאר אויף שבתים אדער אויב פאלט אריין א נאכט וואס ער איז ליידיג, וואס דאן כאפן זיי זיך צו צונעם.

ער האט א גאר שטארקע שטימע, מיט א רעינדזש וואס גייט בערך ביזן הויעכן C (עפעס אזוי, כווייס נישט זיכער...)

ער האט א געוואלדיגע חן, מיט א שמייכל און א סענס אוו הומאר וואס מאכט פילן מענטשן באקוועם אין זיין געגנווארט, מענטשן ווערטלען זיך אז ער איז ווערד זיין וואג אין גאלד....

כווייס נישט ווי מוזיקאליש ער איז, ס'איז דא אסאך זינגערס וואס זענען מער מוזיקאליש ווי אים. זיין קונץ ליגט אין זיין ארויסהאבן א ניגון, ער שטודירט יעדן ניגון, ביז ער קען יעדן ווינקל דערפון, און ער זיצט באקוועם דערין ווי א קעניג אין זיין רויטן פאטעל...

ער האט אויפגענומען א פראדוסער - איינע פון די בעסטע היינט צוטאגס - נפתלי משה שניצלער, וואס נישט נאר ער ארבעט מיט אים אויף א קנאקעדיג אלבום, גיבט ער אים גיידענס און דירעקשאנ'ס אויף טריט און שריט, אזוי אז אלעס וואס ער טוט איז פראפעסיאנאל און אויסגעהאלטן, סיי פון א מוזיקאלישער שטאנדפונקט און סיי פון א מארקעטינג שטאנדפונקט.

און יא, ער ארבעט אויף אן אלבום, פינקי, יאסי גרין, און די אלע חברה... אבער ער ארבעט גרונטליך און רואיג, ער כאפט נישט קיין לאקשן, און מאכט זיכער אז ס'זאל זיין כולו ממתקים וכולו משמנים, מלא וגדוש מיט חידושים וואס וועט זיכער מאכן אז ס'איז א פראדוקט שהכל גומרין עליו את ההלל.

יוי, איך רעד שוין צו סאך. איין זאך קען איך זאגן
ימים ידברו...
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:36 pm

אקעי, נישטא וואס צו רעדן. ער לייגט אראפ דעם ריבון ווי א מייסטער.
נאכן ענדיגן ריבון בין ך' געגאנגען זוכן נאך סחורה פון אים אויף יוטוב. כ'בין נישט נתפעל געווארן עפעס עקסטער פון זיין קנא לשמך רענדיציע:


ווידעראום זיין שלום עליכם איז סחורה ווי גאלד. עלמער ווארטן אויפן דיסק...
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך בשבילי! » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:41 pm

ער לעבט נאך? ס'קוקט עפעס נישט אויס גוט דא.

אין אז זייטן נאטיץ איז א שאד אז ק''ש מאנט נישט איין עפעס טאשן געלט פון די שיינע אדוועטאריעל'ס וואס גיסן זיך לעצטענס אסאך אין מוזיק פארום. ס'א שאד
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:27 pm

כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם זינגער, און פון כוכב'ס קליפ זעט ער טאקע אויס צו זיין א שטערן. אבער נאכ'ן הערן זיין "רבון" בין איך אנטוישט געווארן פון זיין שוואכערע סחורה וואס יידל האט צוגעברענגט.

ווי אלט איז ער, און ווי לאנג איז ער שוין אין דעם פעלד?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8588 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:51 pm

דאס איז א גאנץ שיינע פראדאקעשען , קיקט אויס צו א חבר'ס חתונה

וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6079
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5309 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:03 pm

כמו שאמרתי, ער איז א שטערן אין שנעלע ניגונים. יידל'ס ערשטע קליפ איז א שטייטע. מיט שטייטע ניגונים איז ער נאך אויפן וועג ארויף. כ'בין געווען אמאל מיט אים אויף שבת אין א האטעל. און איך האב אבזעווירט ווי זיין שטארקייט איז מער ביי שנעלע ניגונים.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4808
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9622 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9316 מאל

הודעהדורך קאנצעפט » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:40 pm

יאפ, קנא לשמך איז היבש שוואך, לויט ווי איך פארשטיי איז עס פון אפאר יאר צוריק, און אזוי ווי איך זאג אט דארט קען מען זען זיינע ריזיגע דזשייענט סטעפס... (כגלייב אז ער וועט עס למעשה אראפ נעמען.)

די וועלט מוז צו קומען צו אזעלכע גוטע מענטשן ווי בשבילי, אבער פארוואס זאל א מענטש באשלוסן פאר זיך צו זיין אט דער מענטש?... (סארי בשבילי)

אדווערטאריעל ארויף אדווערטאריעל אראפ, אויף מיר און דיר שרייבט מען נישט אזאנע שטארקע ריוויו, אלזא יש דברים בגו...
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך ודי למבין » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:58 pm

איך האב זייער ליב געהאט רבון און עס איז נישט א טיפיקל שנעלע ניגון.
מ'דארף האבן אין זיך "עפעס" צו קענען דעליווערן אזא ניגון.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 899 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

הודעהדורך קאנצעפט » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:45 pm

קוקט אויס ווי שמואלי האט געוואלט ווייזן פאר די וואס האבן געטראכט אז שמואלי איז נאר גוט פאר שנעלע ניגונים...
אוי האט ער עס דעליווערט!
Watch shmueli Ungar and yedidim new hit song CHAZI
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:17 pm

כ'האב הנאה פונעם קנייטש ביי די הויעכע פאל "חזו"... ער האט די זאך פיין אין די הענט. כ'בין נתפעל פון זיין פארשריט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך לך לך » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:21 pm

ער זאגט פיין!!!!!!!!!!
פון ווי איז די ניגון?
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 176
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:27 pm

אוי באשעפער! ער זינגט דאך אזוי שיין ס'לוינט פשוט נאכאמאל חתונה האבן אים צו קענען האבן ביים חתונה!
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3668 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:27 pm

פון דא קומט עס. לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט ס'שטייט אויף אים בעסער ווי אויף חיים ישראל
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:37 pm

יא דער אונגאר איז עולה על שלחן מלכים. עימיצער האט באמערקט דעם עפטער-קוויטש/קרעכץ ביים הויכן "בני".
===
מערקווערדיגע טריוויע; דער ניגון, וואס רעדט זיך פון תורה, ענדיגט זיך פונקט ביי 6:13.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:07 pm

דאס איז איז דאך מעגא!
יעדעס ווארט צום קישן און צום לעקן. זיין קאמיטמענט צום דעטאל פונעם ניגון איז פרעצעדענטלאז, הפלא ופלא.
אפגערעדט אז זיין שטימע קומט אריין קריסטאל קלאר און לויטער.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2351
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4644 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6520 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:07 pm

מאטי האט געשריבן:עימיצער האט באמערקט דעם עפטער-קוויטש/קרעכץ ביים הויכן "בני".

דאס איז בכוונה אדער ווייל ער לויפט אויס פון אטעם? :) דזשאסט קידינג, הארץ, געפיל, טאלאנט, און הערליכע שטימע שמשתמשין בערבוביא. איי עם אימפרעסד.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך ודי למבין » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:32 pm

יידל, פליז!!! בעסער פון חיים ישראל? אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
שיין? יא!
חיים ישראל? פלייייייז!!!
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 899 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

הודעהדורך קאנצעפט » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:01 pm

ודי למבין האט געשריבן:יידל, פליז!!! בעסער פון חיים ישראל? אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
שיין? יא!
חיים ישראל? פלייייייז!!!


קיינער אין די וועלט קען נישט בעסער פון חיים ישראל!

אבער... די ניגון איז א חסיד'ישע ניגון, חיים ישראל האט קענטיג געצילט חסידים מיט דעם ניגון, מילא פארשטיי איך וואס יידל זאגט אז "ס'שטייט אויף אים בעסער"... נאכדערצו ווען ער לייגט צו געוויסע אייגענע קוועטשעס דא דארט
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך ודי למבין » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:24 pm

אהא! די ניגון איז א חסידישע ניגון, גערעכט! אבער חיים ישראל דעליווערט עס נאך אלץ בעסער. דעעט סעיד, פארשטיי איך וויאזוי ביסט ממתיק יידלס ווערטער.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 899 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

נעקסט

גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט