יפה פראדאקשענס: א רעוואלוציע אין פרשת משפטים!!

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:13 pm
האט שוין געלייקט: 272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

יפה פראדאקשענס: א רעוואלוציע אין פרשת משפטים!!

שליחה דורך זיידעטשקע »

איי די זכרונות פון פרשת משפטים אין חדר לאזן דרך אזא זיסן טעם אין מויל.... קידינג....

מיר געדענקען גוט די פייערדיגע סטראפ וואס מיר האבן געכאפט פאר'ן נישט קענען, און די בלעכענע הויזן וואס אונזערע מאמעס האבן אונז געדארפט אנטוהן יעדן אינדערפרי צו שיצן פון די ביטערע שלעק.

משפטים איז א שווערע סדרה מיט זייער אסאך דינים און ס'איז זייער שווער פאר קינדער עס קלאר צאמצונעמען און נישט ווערן צומישט.

ענטער שלום עזרי און יוסי פראמאוויטש. די נייע הערליכע סידי "משפטים" איז א דאבעל עלבוים ווי די גאנצע סדרה ווערט לעבעדיג געשילדערט דורך די בעסטע בעלי מספרים און שפילערס ביים היימישן עולם. יעדע פרט פון אלע דינים פון פרשת משפטים ווערט לעבעדיג אויסגעשפילט באגלייט מיט הערליכע אריגינעלע מוזיק ווי נאר יפה פראדאקשען קען.

כאפט א בליק אויף דעם קאווער, און זעהט נאר ווי יעדע פאפולערער בעל מספר טרעפט זיין וועג מיט'ן אנטיילנעמען אין די קונצליכע שילדערונגען פון פרשת משפטים.

משפטים ווערט פארוואנדלט אין א געשמאקע מוזיקאלישע איבערלעבעניש!

די סידיס וועלן זיין צו באקומען די קומענדיגע וואך אין אלע געשעפטן.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_2015-01-23-15-02-42~2.jpg
Screenshot_2015-01-23-15-02-42~2.jpg (887.76 KiB) געזען געווארן 2083 מאל
Screenshot_2015-01-23-15-02-49~2.jpg
Screenshot_2015-01-23-15-02-49~2.jpg (692.82 KiB) געזען געווארן 2083 מאל

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר