הרב משה גולדמן ע"ה ויבלח"ט הרב חיים בנט און הרב יו"צ ברייער

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

הרב משה גולדמן ע"ה ויבלח"ט הרב חיים בנט און הרב יו"צ ברייער

שליחה דורך moshav zekeinim »

מיט עטליכע טעג צוריק האב איך געעפנט א אשכול איבער דריי וועלט בארימטע קאומפאוזערס וועלעכע האבן געוויסע פאראייניגונגנס שטירכן מיט זייער פאפולערקייט, וועג פון קאמפאוזן, און אודיענס.

האב איך געקלערט צו עפענען אן אשכול אויך איבער א אנדערער סארט צמד פון וועלט בארימטע קאמפאוזערס מיט פאראייניגונגס שטריכן, וואס אנדערש ווי די פריערדערמאנטע קאמפאוזערס וועמענס קאמפיזאציעס איז געאייגנט קאסטאם מעיד פארן געברויך פונעם זינגער צו זינגען ביי חתונות, קאנצערטן און קומזיצן וכד', זענע די קאמפיזאציעס פון די פאלגענדע פון גאר אן אנדער סארט, און זענען געאייגנט פאר שבת און זאגאר ימים נוראים טישן, בתי כנסיות און פאר תשב"ר, און דאס זענען כל אחד בשמו הטוב הרב משה גאלדמאן ע"ה, הרב חיים באנעט און הרב יוסף צבי ברייער.

דער צד השוה פון די דריי איז אז אלע דריי זענען חסידים ומלחיני חצרות, מחנכים. אלע דריי האבן געמאכט אייגענע סעריעס פון טייפ'ס, מיט תשב"ר פאר קווייער. אלע האבן געשאפן א שלל מיט וועלט בארימטע ניגונים, זינגבאר, מיט טעם, פשטות, און ווארימקייט, פון אלערליי סארט וואס איז פאסיג פאר א שיל און שבת טיש, און ווערן ווירקליך געזינגען אין די הייליגסטע צייטן פון יאר אין די הייליגסטע מקומות, דורך יונגע און אלטע צוגלייך, פראסטע און חשובע.

הגם עס זענען דא אנדערע קאמפאוזערס פון די סארט אדער ענליכע סארט, אבער דערווייל נישט אויף אזא מאסשטאבליכער פארנעם.

לאמיר אפיר נעמען וועלט בארימטע ניגונים פון די דריי און האפנטליך וועט איר פארשטיין וואס איך מיין.

הרב גאלדמאן: הגלה נא, ועל ידי, פני לעלבון, ברוך קל עליון, אין זכות פון רבי מאיר, הבן יקיר לי.

הרב חיים באנעט: יהי רעוא, מכניסי רחמים, כה אמר, מהרה, נר לרגלי, אבינו אב הרחמן,

הרב יוסף צבי ברייער: בענטשן פאר תשב"ר, ומשפע מצוות תפילין, יזכרם, יונה מצאה בו מנוח.

די אלע זענען געווראן ווי א טייל פון תפילה ביי כלל ישראל. און דאס איז אויסער די אלע אנדערע פארשידנארטיגע ניגונים, ווי מארשן וואלסן וואס זיי האבן פארפאסט
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
רעאגיר