נייע סידי דורך הרב שלומה טויסיג -מאי דהוה הוה-

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

נייע סידי דורך הרב שלומה טויסיג -מאי דהוה הוה-

שליחה דורך בעל מדות »

אין די מוזיק געשעפטן איז ערשינען א הערליכע אלבוים מיטן נאמען מאי דהוה הוה, ארויסגעגעבן דורך הרב שלומה טויסיג שליט"א וועלכע איז גאר א קאלירפולע פיגור זייענדיג א שטערן אין די וועלט פון זינגען, און דינט אויפן פאזיציע פון די רב הביהמ"ד בעלעד וואס איז נתייסד געווארן דורך זיין טאטע הרה"צ רבי יוסף טויסיג זצ"ל.


ר' שלומי איז שוין א לענגערע צייט אין די עולם הנגינה באשיינענדיג ריזיגע מסיבות און מאורעות, שמחות און אווענטן און איז איינס פון די אויפגעכאפטע בעלי מנגנים ביי חתונות.


זיין אלבוים איז גאר שיין און הארציג אווי זיין סטייל אלעמאל, ער האט א ניגון ווי ער באוויינט זיין פאטער, א ניגון ווי ער לויבט אויס א אידישע מאמע, ער זינגט די באקאנטע מאי דהוה ניגון וואס איז שוין באפרייט געווארן מיט א צייט צוריק, און נאך א רייכע אויסוואל.


זיינע פאריגע אלבוימ'ס זענען מודים אנחנו, טויסיג 2, און דאס איז די חזקה, פון א שיינע רייכע אלבוים, איך האב זייער ליב געוויסע ניגונים.
נישט פארגעסן צו קויפן דעם אלבוים, און נישט קאפיען. עס ליגט אסאך געלט אין דעם אלבוים.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר