מאעסטרא!

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

מאעסטרא!

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

כ׳ווייס נישט אויב מ׳האט שוין גערעדט דא איבער דעם פאלגענדן טעמע אבער ס׳זענען ווערטער וואס מוזן געזאגט ווערן, וועדער יו לייק איט אר נאט:
שוין היפש עטליכע יאהר, שיינען אויף נייע ׳שטערן׳ אין די פעלד פון נגינה. עד הנה זענען די געווען בעיקר זינגערס און וואן מען בענדס (בעסער באקאנט אלס וואנמענבענד...) וואס האבן געזוכט א וועג צו עקספרעסירן זייערע אז״ג טאלאנטן. ס׳רוב האט פארשטאנען זייערע באגרעניצונגען און האבן רעספעקטירט דעם פראפעשאן. מ׳האט זיך נישט איינגערעדט אז מ׳איז אויפ׳ן קאליבער פון א מונה רוזנבלום אדער אפילו פון דעם (גאהר שוואכע) לאם. מ׳האט משמח געוועהן חתן וכלה און פארדינט ערליך פרנסה. נאטינג טעריבלי ווראנג וויט דעט...
לעצטענס איז אבער דא א נייע ערשיינונג אז אפילו די לא קרו ולא שנו'ניקעס וואס קענען קיין מוזיקאלישע טעאריע, ווערן ארעינדזשערס און אפילו קאנדאקטארס! זיי גלייבן אז וויבאלד זיי זענען קיבארד (קעסיא...) און קאמפיוטער אפערעיטארס, זענען זיי פארטיגע ערפארענע ארעינדזשערס. מילא אז מ׳גיבט ארויס סי דיס וכו׳ איז נאך אביסל אקצעפטירבאר. אבער די חוצפה וואס די יונגן האבן צו טראכטן אז נאכן זיך אפפלאגן טעג און וואכן צו שרייבן איין לייזיגע ארעינדשמענט אויף אן איינפאכע מארש (ווייל מ׳האט קיינמאהל שטודירט...) דורך אפשפילן דאס שעות על גבי שעות דורך MIDI און שפעטער גיבן פאר פראפעסיאנאל צו פארבעסערן און האלטן עס צו די כללי הנגינה (אז מוזיקאנטן זאלן עס פארשטיין...), מעגן זיי זיך שטעלן אויפ׳ן סטעידזש ומקלם בידם, פירן אן ארקעסטער (קאנדאקטן בלע״ז), איז אין לשער. עולם גולם ווערט געפלעפט: גיב א קוק! א כאסידישער יונגערמאן ווייסט וויאזוי צו פארווארפן זיינע הענט אין פראנט פון א גאנצע בענד! מממממ, אהההה! פששששש... אז כ׳זאג א ווארט, זאגט מען מיר אז כ׳בין עם מקנא... גלייבט מיר רבותי, ס׳איז א ביטערע רחמנות אויף א דור און א געזעלשאפט וואס כך עלתה בימיהם.
אגב, דאס איז נישט מוגבל צו די תחום המוזיק; ס׳איז א פראבלעם אין פיהל אנדערע געביטן ביי אונז -- הן בעבודת הקודש וואו פינסטערע אמעראצים (ע״ה) קענען זאגען מיינונגען בדבר ה׳ זו הלכה און נאך, והן אין פארשידענע פאכן וואו עס הערשט ס׳זעלביגע זלזול. אין די נארמאלע געזעלשאפט לא ירים איש את ידו אהן קיין פראפעסיאנאלע עדיוקעישאן. מ׳ברויך זיין גוט אויסגעקנאטן און גוט אויסגעבאקן איידער מ׳נעמט זיך אונטער שווערע פראיעקטן. יא, מיין טייערע, עדיוקעישאן איז אן אינטעגראלע טהייל פון סיי וועלכן פראפעסיע. אהן א גוטן עדיוקעישאן איז מען אין בעסטען פאל אן עמעטשור; אין ערגערן פאל א קאליעקע, און אין ערגסטן פאל א קרימינאל וואס שטעלט איין מענשליכע לעבנס (רמז: א בילדינג וואס מ׳האט לעצטענס געדארפט אויסליידיגן...)
כ׳ווייס נישט ווי ס׳טרויען זיך יונגעלייט זיך אונטערצונעמען צו האנדלן שלום בית קעיסעס אדער גיבן פסיכאלאגישע 'אדווייס' אז מ׳האט קיין דעגרי דערין. מ׳קען חלילה צעמזיק׳ן יענעם און מאכן אן אינוואליד חלילה מיט אומרעווערסבארע קאנסעקווענצן רח"ל. חז״ל זענען געוועהן דורכגעטריבענע לייט און האבן גוט ארויסגעהאט אט די סארט און די חורבונות וואס זיי זייען אהן. ״כל שאינו יודע בטיב גיטין וקדושין לא יהא לו עסק עמהם״ איז א לימוד וואס מ׳ברויך דורכטוהן בעיון רב.
כ׳האב בעצם א שוואכע טענה צו דעם יונגערמאן וואס האט געהאט די העזה צו נעמן דעם שרביט המנצחים פון מלכי הנגינה אין האנט אריין, כאטש אז ער איז נישט ראוי דערצו און פארשוועכט די אומנות (ווי אויך מאכט ער זיך צו נאר בעיני האומנים). ער איז בסה״כ א פראדוקט פון א פארקרומטער קולטור וואס איז מבזה לייטישע וויסנשאפט און פערשטאנד. גייז, איט׳ס טיים טו וועיק אפ אנד סמעל די קאפי. לאמיר טוהן צו די זאך און אויפהערן סעלעברעיטן די אומערפארענע עלעמענט. לאמיר זאגן די אלע אומבאלומפערטע אז מיר ברויכן מער נישט זייערע סערוויסעס ווילאנג זיי גייען נישט שטודירן און פארדינען א דעגרי וואס באשטעטיגט אז זיי מעגן פראקטיצירן זייער האבי אלס א פאך. (אין מוזיק ׳על איך זיך באגניגן מיט א גושפנקא פון אנדערע פראפעסיאנאלען)
גענוג אויף יעצט. צוריק צום ארבעט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יחיאל יעקבזון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר