פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

הודעהדורך טיכטיגער » פרייטאג יוני 26, 2020 11:46 am

איינס פון די פלעצער וואו דער פרעזידענט יר"ה מאכט דאס מערסטע גערודער און דרייט אן א קאשע, איז אויף טוויטער, וואו ער לאזט זיך הערן, און צומאל צופיל...

ווי פאר יעדעם באקאנט איז טוויטער ארויס אין קריג מיט'ן פרעזידענט, ווען טוויטער האט אנגעהויבן "פעקט טשעקן" און באשטעטיגן געוויסע פונעם פרעזידענט'ס טוויטס, און טיילמאל האבן זיי צוגעטשעפט זיין אייגענעם סלאגאן פון "פעיק ניוז" צו זיינע מעסעדזשס, און אזוי אויך האבן זיי אנגעהויבן צענזורירן זיינע טוויטס.

די צענזערירונג פון טראמפ'ס טוויטס און פון אנדערע רעכטע באקאנטע מענטשן האט אויפגעברויזט פילע קאנסערוואטיוון, וועלכע האבן מיט די צייט אנגעהויבן זוכן אלטערנאטיוון פאר אן אנדערע סאושעל-מידיע עפפ.
"געב", א סאושעל-מידיע עפפ וואס איז טרויעריג-בארימט אלס א גיפטיגע הייל וואו פילע ווילד-רעכטע עלעמענטן האדעווען זיך דארטן, האט געבעטן טראמפ צו עפענען אן אקקאונט און מיטשלעפן זיינע נאכפאלגער, זיי האבן אפילו געעפנט א 'וועריפייד' אקקאונט פאר אים, וואס האט שוין טויזנטער פאללאוערס, אבער היות ס'איז א עפפ וואס איז באקאנט אז פילע נעא-נאציס און אלטרע-רעכטע ראדיקאלן באניצן זיך דערמיט איז גארנישט געווארן דערפון (דער מערדער פון פיטסבורג שול שיסעריי האט זיך אפט באניצט מיט דעם עפפ).
די קומענדיגע אויפ'ן ליסטע איז "פארלער" א רעלאטיוו-אינגע עפפ אויפ'ן מארקעט, א קאנקורענט פאר טוויטער, און ווי עס שיינט שטייגן זיי אצינד אויפ'ן לייטער פון עפפס, ווערנדיג מער און מער פאפולער ספעציעל ביי די רעכט-גענויגטע אין לאנד. אין די לעצטערע וואכן האבן פילע טראמפ-גענויגטע פאליטיקאנטן געעפנט אקקאונטס דארטן, און די צאל באניצער שטייגן דארטן טעגליך.

פארלער עפפ

פארלער עפפ האט זיך געעפנט בלויז דריי יאר צוריק, און זייער ציל מיט וואס זיי טוען זיך אויף איז איבער זייער פרייהייט פון ווארט, ווי איינס פון זייערע סטעיטמענטס זענען: "דא וועט קיינער נישט געבלאקט ווערן, זייער אינהאלט צענזורירט אדער פארמעקט ווערן." נו, אז טוויטער און פעיסבוק פארפאלגן טראמפ מיט אנדערע רעכטע קאנדידאטן האבן זיי זיך צוגעכאפט צו דעם עפפ. עריק טראמפ, רודי דזשוליאני, סענעטאר טעד קרוז, סענעטאר רענד פאול, סענעטאר מייק לי, און טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער ברעד פארסקעיל און נאך פילע קאנסערוואטיווע קאמענטאטארן האבן דארטן געעפנט אקקאונטס, און שטופן פאראויס דעם פארלער-וואגן. איראניש איז אז זיי באניצן זיך מיט טוויטער צו פאמפן פארלער... און ווי עס שיינט האט זייער פראפאגאנדע אן אפעקט.

לויט די וואל סטריט זשורנעל פארמאגן זיי שוין איבער א מיליאן באניצער. אין די לעצטע וואך אליין האבן זיי געזען איבער הונדערט טויזענט נייע באניצער.

אנדערש ווי טוויטער וואו מ'קען נאר שרייבן מעסעדזשעס ביז 280 קערעקטערס, קען מען אויף פארלער שרייבן לענגערע מעסעדזשעס פון אזויפיל ווי טויזענט קערעקטערס. ענליך צו טוויטער קענען באניצער אויך "לייקן", שיקן פריוואטע מעסעדזשס, און ריטוויטן.
פארלער, ווערט אויך שטארק קריטיקירט פארן טעלארירן נעא-נאצי, אלט-רעכטע, איסלאמאפאוביק און קאנספיראציע מעסעדזשס.

פאפולער אין סאודיע אראביע
אינטערעסאנט איז אז פארלער איז נישט פאפולער ביי טראמפיסטן, נאר ביי טויזענטער איינוואוינער פון סאודיע אראביע... סאודיע אראביע איינוואוינער באניצן זיך גאר אסאך מיט סאושעל-מידיע; דאס מערסטע פון סיי וועלכע אנדערע לאנד אין מיטל-מזרח. א באריכט אין רויטערס האט אנגעצייגט אז טוויטער האט איבער 11.7 מיליאן באניצער אין סאודיע אראביע.

אין די לעצטע צוויי יאר האט טוויטער אסאך צענזורירט טוויטס פון סאודיע אראביע, האבן טויזנטער זיך א לאז געטאן קיין פארלער. איבער צוויי הונדערט טויזענט פרישע אקקאונטס פון סאודיע אראביע איז געעפנט געווארן, דורך אזעלכע וואס זוכן מער "פרידאם אוו ספיטש".
טיכטיגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג יוני 26, 2020 12:12 pm

אויך קען מען שיקן געלט אלץ א טיפּ צו אנדערע באניצער. א געוואלדיגער פיטשער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1234 מאל

Re: פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

הודעהדורך נאשער » פרייטאג יוני 26, 2020 4:07 pm

איך בין שוין אקטיוו אויף פארלער פאר א חודש עס קימט נישט נאנט צי טוויטער אבער זיי מאכען עס בעסער יעדער טאג. עס האט זיכער געגעבין א גיטע פליק פאר טוויטער
באניצער אוואטאר
נאשער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:14 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג יוני 26, 2020 4:45 pm

באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1234 מאל

Re: פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

הודעהדורך ישן מלא חדש » מוצ"ש יוני 27, 2020 11:09 pm

איז עס שייעך צו באקומען די מעסעדזעס אויף text? אויב יא קען עס זיין גוט פאר אלע וואס פלעגן ביז לעצטנס באקומען פון Twitter .

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

Re: פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

הודעהדורך נאשער » זונטאג יוני 28, 2020 2:01 am

ישן מלא חדש האט געשריבן:איז עס שייעך צו באקומען די מעסעדזעס אויף text? אויב יא קען עס זיין גוט פאר אלע וואס פלעגן ביז לעצטנס באקומען פון Twitter .

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
ניין עס ארבעט נישט מיט טעקסט
באניצער אוואטאר
נאשער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:14 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

הודעהדורך אמת וצדק » זונטאג יוני 28, 2020 8:38 am

נו אויף וואס ווארט טראמפ, זאל ער זיך אהינציען אין העלפן אויפבויען זייער פלעטפארם

הרב טיכטיגער איך מיין דיין נעקסטע ארטיקל זאל זיין וועגן די BitTube פלעטפארם וואס זיכט אויך צו זיין אן אלטערנעריוו צו יוטוב, און נישט צענזוזירן קיין מענטשען אדער ווידיאוס, און די אלע וואס יוטוב האט אויסגעשפארט גייען אהין.
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך מהיכי תיתי » זונטאג יוני 28, 2020 10:07 am

אמת וצדק האט געשריבן:נו אויף וואס ווארט טראמפ, זאל ער זיך אהינציען אין העלפן אויפבויען זייער פלעטפארם

עס איז איהם לכאורה נישט ווערט צו פארלאזן טוויטער וואו ער האט אויפגעבויעט א מלוכה פון 82 מיליאן פאלאוערס. הגם איך גלייב אז דער אימפולסיווער מויל מאכער קען זיך איין טאג אויפרעגן אויף טוויטער'ס (אומבארעכטיגע) שריט און אהן טראכטן קיין סאך זיך פשוט אריבערריקן צו פארלער.
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

הודעהדורך אמת וצדק » זונטאג יוני 28, 2020 10:12 am

ער זאל זיין אקטיוו אין ביידע!
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 28, 2020 10:13 am

ער דארף נישט איבערלאזן טוויטער, קודם זאל ער מאכן א אקאונט, און פאוסטן אויף ביידע, דערנאך זאל ער אנהויבן קאמפיינען אז זיינע נאכפאלגער זאלן אויפמאכן דארט אויך אין קעיס טוויטער פארמאכט איהם אדער מיטן אויסרייד אז דא קען ער נישט שרייבן אלעס ווייל זיי מעקן איהם, דערנאך זאל ער לייגן אפאר עקסקלוסיווע הודעות דארט וואס מאכן מעידזשער נייעס, אזוינע ווי ער פלעגט שיקן קעגן קים יאנג און. און די רעשט איז היסטאריע. די פראבלעם וואס ער קען האבן איז אז טוויטער זעהנדיג וואס ער טוהט וועט איהם גלייך אויסשפארן און דערפאר האט ער לכאורה מורא.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1234 מאל

Re: פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג יוני 28, 2020 2:08 pm

אלע מנהיגי העולם זענען אויף טוויטער, ממילא איז עס מער א אפיציעלע זאך ווי די חלק פון האבן פאלאוערס.
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 497
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 501 מאל

פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

הודעהדורך אמת וצדק » זונטאג יוני 28, 2020 4:13 pm

איך מיין אז טוויטער דארף מער טראמפ ווי פארקערט, דער פרעזידענט איז פון די צען וואס האבן די מערסטע נאכפאלגערס, אזוי אויך איז ער די פירער פון די שטערקסטע לאנד אויפן וועלט, וועלן זיי אים דען פארשיקן? זיי מאכן אסאך געלט און כבוד פון אים.
איך גלייב נישט אז אויב ער וועט אהין גיין וועלן זיי אים דראפן עס לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל..
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג יוני 28, 2020 6:47 pm

טיכטיגער האט געשריבן:פארלער, ווערט אויך שטארק קריטיקירט פארן טעלארירן נעא-נאצי, אלט-רעכטע, איסלאמאפאוביק און קאנספיראציע מעסעדזשס.


מען קען נישט טאנצן אויף 2 חתונות.. אדער איז מען פאר Free speech און מען דארף טאלערירן "יעדעם" (מען קען מערסטנס מעקן אזעלכע מעסעדזשעס וואס טוהן העצן צו פיזיקל Violence), אדער איז Twitter גענוג און מען דארף נישט Parler...
ליב צו וויסן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 269
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל


גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט