טיק טאק

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

טיק טאק

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:14 pm

אין א פארגעשריטענע שנעלע אינטערנעט וועלט אין וואס מיר לעבן אין, ווען סמארט-פאונס און עפפס בפרט סאושעל-מידיע עפפס - ספעציעל אזעלכע עפפס ווי וואטסעפפ, טוויטער, פעיסבוק, אינסטעגרעם און טעלעגראם - דאמינירן א גרויס טייל פון אונזער לעבן, איז שווער זיך פארצושטעלן אז ס'דא פלאץ פאר נאך סאושעל-מידיע עפפס, אבער אין די לעצטע צוויי יאר, האט זיך שטילערהייט אריינגערוקט א נייע סאושעל-מידיע עפפ וואס האט צוביסלעך איבערגענומען די מארקעט פון סאושעל-מידיע עפפס, און האט ארויפגעשאסן ווי א ראקעט, און איז אצינד פון די הייסטע עפפס אויפ'ן מארקעט, און האט געמאכט אזעלכע ריזן ווי פעיסבוק-אינסטעגרעם און אנדערע ציטערן פאר דעם אינגן עפפ.

לאמיר זיך באקענען מיט די קורצע פאקטן פון דעם פירמע.
טיק טאק, איז א עפפ וואס א נארמאלע מענטש קוקט אן זעט עס אויס ווי ס'געמאכט נאר פאר 'טינעידזשערס', און ס'איז אזוי, דאס מערהייט באניצער זענען אינגע מענטשן, אבער ס'נישט אויסגעשלאסן אנדערע, ספעציעל פאר סעלעברעטיס, זינגערס און גרויסע פירמעס.
אבער טראצדעם וואס דאס מערהייט פון באניצער זענען 'טינעידזשערס' איז די עפפ אין גאר א קורצע צייט איז געווארן פון די "טאפ טען" עפפס אין די וועלט!

וואס איז די עפפ?
טיק טאק איז א עפפ וואו באניצער לייגן ארויף קורצע קליפס פון 30 ביז 60 סעקונדעס; רוב מאל איז עס בעיקר הוילע ווידעאוס פון וויצן, 'פרענקס' - שפיצלעך, מוזיק וכו'. אויך ארבעט עס ענליך צו אנדערע סאושעל-מידיע עפפס אז מ'קען לייקן, שעירן, קאמענטירן וכו.

איר שטוינענדע סוקסעס
די פירמע איז געגרינדעט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, אין 2016, אין בעידזשינג, דורך א 35 יעריגער כינעזער.
ס'איז היינט דא צובאקומען אין איבער 150 לענדער איבער'ן וועלט, און אויף 75 שפראכן.
זיי האבן שוין געהאט איבער צוויי ביליאן דאונלאודס און באניצער איבער'ן וועלט.
ס'ווערט היינט געשאצט אלס די זיבן מערסט געדאונלאודטע עפפ פון די לעצטע צען יאר!
זיין ווערד ווערט געשאצט צו זיין איבער 16 ביליאן דאלער! אים מאכנדיג אלס דער זעקסט רייכסטער מענטש אין כינע. באריכטן געבן אויך אן אז די פירמע פלאנט צו גיין פאבליק אויפ'ן סטאק מארקעט וואס דאן קען זיין זיכער אז זייער ווערד וועט שטייגן נאך מער.

זיכערהייט זארגן
מיט עטליכע חדשים צוריק האבן עטליכע סענעטארן גערופן פאר די רעגירונג צו עפענען אן אויספארשונג אויף די פירמע, טענה'נדיג אז די כינעזער רעגירונג ניצט די עפפ צו שפיאנירן אויף אמעריקאנער בירגער. איין סענעטאר האט אפילו פארגעשלאגן אז מ'זאל איינפירן א פארבאט פון מעגן דאונלאודן די עפפ אויף רעגירונג טעלעפאונען צוליב זיכערהייט זארגן.
די סיבה דערפון איז וויבאלד עס איז א כינעזער פירמע מוזן זיי לעגאלערהייט מיטטיילן אינפארמאציע מיט די רעגירונג, אויב זיי פארלאנגן עס, און כמנהג המקום, איז זיכער אז זיי ניצן טייל פון די אינפארמאציע נאכצוקוקן ווידעאוס און נאכגיין מענטשן.
ווי ווייט כ'געדענק ליינען האט די אמעריקאנער מיליטער עס פארבאטן פאר סאלדאטן צו ניצן, און דאס זעלבע איז מיט די אויסטראלישע מיליטער.
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:30 pm

טיכטיגער האט געשריבן:זיין ווערד ווערט געשאצט צו זיין איבער 16 ביליאן דאלער! אים מאכנדיג אלס דער זעקסט רייכסטער מענטש אין כינע. באריכטן געבן אויך אן אז די פירמע פלאנט צו גיין פאבליק אויפ'ן סטאק מארקעט וואס דאן קען זיין זיכער אז זייער ווערד וועט שטייגן נאך מער.

ווי אזוי מאכט טיק-טאק געלט און וואס מאכט אז דער עפפ זאל ווערד זיין אזעלכע אסטראנאמישע ציפערן?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 597
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 303 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:40 pm

יעדע עפפ וואס ווערט פאפולער קאסט עס געלט פאר די סמארטפאון פירמעס צו נוצן די עפפ פאר זייערע באנוצער.

למשל, אויב יעדער האט ליב טיק טאק, וויל עפל דאס צושטעלן און עפל שליסט א קאנטראקט צו באקומען דעם עפפ פארא יאר אדער מער.

אויב דער עולם נוצט עס אין די מאסן, גייט די פרייז ארויף.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג יוני 19, 2020 12:35 am

עפעס האב איך אויך געזעהן אז די באניצערס אליינס מאכן געלט פון אנדערע באניצער זייערע פאלאווערס , איינער קען אריינקימען מער קלארער וויזוי דאס ארבעט ?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1726
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: טיק טאק

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 19, 2020 2:41 am

לבי ובשרי האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:זיין ווערד ווערט געשאצט צו זיין איבער 16 ביליאן דאלער! אים מאכנדיג אלס דער זעקסט רייכסטער מענטש אין כינע. באריכטן געבן אויך אן אז די פירמע פלאנט צו גיין פאבליק אויפ'ן סטאק מארקעט וואס דאן קען זיין זיכער אז זייער ווערד וועט שטייגן נאך מער.

ווי אזוי מאכט טיק-טאק געלט און וואס מאכט אז דער עפפ זאל ווערד זיין אזעלכע אסטראנאמישע ציפערן?


יעדע פלאטפארמע וואס האט א באניצער באזע איז ווערט געלט, סיי מאכן געלט פון גיין דאטא און דאס ווערט גענוצט פאר אדווערטייזמענטס.....

אבער די עצם זאך פון האבן באניצער איז די עיקר ווערט, שפעטער קען מען שוין צולייגן סערוויסעס און אנדערע טאקטיקן צו מאכן א פראפיט.

מפיל קינד האט געשריבן:יעדע עפפ וואס ווערט פאפולער קאסט עס געלט פאר די סמארטפאון פירמעס צו נוצן די עפפ פאר זייערע באנוצער.

למשל, אויב יעדער האט ליב טיק טאק, וויל עפל דאס צושטעלן און עפל שליסט א קאנטראקט צו באקומען דעם עפפ פארא יאר אדער מער.

אויב דער עולם נוצט עס אין די מאסן, גייט די פרייז ארויף.

ניין עפל צאלט זיי גארנישט דערפאר.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

Re: טיק טאק

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 19, 2020 2:47 am

@טיכטיגער שיין צולייגט די אנאליז / ארטיקל, איך וויל צולייגן אז זיי האבן זיך געבויט דורכן אפקויפן music.ly וועלכע איז געווען א ענליכע געדאנק (אינספירירט דורך Vimeo) פון קליינע 7-30 סעקונדעס ווידעאוס.

זיי זענען אנדערש פון אנדערע סאציאלע מידיא נעצן דורך פארשלאגן א פלאטפארמע וועלכע איז געמאכט פאר קורצע קריעטיוויטי ווידעאס, וואס דאס אפעלירט שטארק צום יוגנט.

די סיבה אז זיי זענען ארויפגעגאנגען אזוי שנעל איז ווייל זיי זענען געווען די ערשטע צו אויפקומען מיט א גוטע אלגאריטם וועלכע פארשטייט וואס די באנוצער האט ליב אפי' נאכן פארברענגען בלויז 45 מינוט דערויף!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

טיק טאק

הודעהדורך חוקר ודורש » פרייטאג יוני 19, 2020 10:37 am

יישר כוח @טיכטיגער, די ביסט זייער א גוטע (טיכטיגער) שרייבער, לך בכחך זה, און מיר וועלן ווייטער אלע הנאה האבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חוקר ודורש אום פרייטאג יוני 19, 2020 11:31 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » פרייטאג יוני 19, 2020 11:08 am

טענק יו טענק יו ר' חוקר
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

Re: טיק טאק

הודעהדורך ישן מלא חדש » פרייטאג יוני 19, 2020 11:09 am

טיכטיגער האט געשריבן:ווי ווייט כ'געדענק ליינען האט די אמעריקאנער מיליטער עס פארבאטן פאר סאלדאטן צו ניצן, און דאס זעלבע איז מיט די אויסטראלישע מיליטער.


אפשר איז דאס טאקע די הסבר אויף די מיסטעריעזע סייבער אטאקע אקעגן אויסטראליע!!??!!

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » דינסטאג יוני 30, 2020 3:26 pm

אינדיע האט היינט פארבאטן טיק-טאק און נאך 58 כינעזער עפפס, זאגנדיג אז די עפפס שטעלן אריין זייער זיכערהייט אין א סכנה...


India is banning TikTok and several other well-known Chinese apps, saying they pose a "threat to sovereignty and integrity," in the latest indication of escalating tensions between the two countries
https://www.cnn.com/2020/06/29/tech/tik ... index.html
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מיטוואך יולי 01, 2020 11:04 am

טיכטיגער האט געשריבן:ווי ווייט כ'געדענק ליינען האט די אמעריקאנער מיליטער עס פארבאטן פאר סאלדאטן צו ניצן, און דאס זעלבע איז מיט די אויסטראלישע מיליטער.


עיין כאן ותמצא נחת.
https://youtu.be/hfo50Nows8Y
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 252 מאל

הודעהדורך גבור חיל » דינסטאג יולי 07, 2020 12:36 pm

נעכטן מאנטאג האט וויצע פרעזידענט אין א אינטערוויאו אויף פאקס נייעס, געזאגט אז פרעזידענט טראמפ נעמט ערנסט אין באטראכט צו אפשפארן טיקטאק אין די פאראייניגטע שטאטן צילוב זיכערהייט זארגן.

פאמפעיאו האט אויך געזאגט אז די אדמינסטראציע ארבייט שוין אויף דעם א לאנגע צייט, און אז אמעריקאנע בירגער זאלן נאר דאונלאודן דעם עפפ אויב איר ווילט אייערע פריוואטע אינפארמאציע אין די הענט פון כינע...

פאריאר האבן סאנעטאר מענארעטי לידער טשאק שומער (נ.י.) און טאם קאטען א רעפאבליקאנער סענאט מיטגליד פון ארקענסאס גערופן פאר א נאציניאלע אינטעלעגענס אויספארשונג אין דעם עפפ.
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 252 מאל

הודעהדורך נײגעריגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 2:42 pm

סע טוט זעך אין סענאַט איבער דעם עפּ, לויט די נ. י. טיימס װאַקסט די אפּאזיציע איבער אַן אפּמאַך מיטן אַמעריקאַנער פירמע Oracle

https://www.nytimes.com/2020/09/16/tech ... ition.html
רעספּעקט
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 3:53 pm

לבי ובשרי האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:זיין ווערד ווערט געשאצט צו זיין איבער 16 ביליאן דאלער! אים מאכנדיג אלס דער זעקסט רייכסטער מענטש אין כינע. באריכטן געבן אויך אן אז די פירמע פלאנט צו גיין פאבליק אויפ'ן סטאק מארקעט וואס דאן קען זיין זיכער אז זייער ווערד וועט שטייגן נאך מער.

ווי אזוי מאכט טיק-טאק געלט און וואס מאכט אז דער עפפ זאל ווערד זיין אזעלכע אסטראנאמישע ציפערן?


Advertisement
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

Re: טיק טאק

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 3:58 pm

און דאטא
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל


גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron