די אונטערנעט אוו טינגז פאר ערליכע אידן

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
סופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

די אונטערנעט אוו טינגז פאר ערליכע אידן

שליחה דורך סופר »

שלום עליכם חברים, איך האב נאך נישט עכט אויפגעהויבן מיין שטימע דא אויף קאווע שטיבל, און איך וויל אייך נישט באמוטשען אבער עפעס עגבערט מיר זייער פאר די לעצטע פאר טעג און איך האב געטראכט אז אפשר איז דא איינער דא וואס קען מיר - און אין די זעלבע צייט אסאך אנדערע - העלפן.

איז אזוי, איך גלייך זייער עלעקטראניקס און בעיקר סמארט עלעקטראניקס ד. ה. עלעקטראניקס וואס זענען קאנעקטעד צו די אונטערנעט און קענען לכבוד דעם טון פארשידענע אונטערסאנטע פונקציעס. איך האב למשל עטליכע קאנעקטעד לייט סוויטשעס אין מיין הויז, סמארט טערמעסטאט, און נאך. און איך גלייך זיי זייער שטארק.

די אבוויעס מעלה פון דעם אז זיי זענען קאנעקטעד צו די אונטערנעט איז אז איך קען זיי קאנטראלירן פון סיי וואו אין דער וועלט ווי איך האב אונטערנעט עקסעס, סאו אויב איך פארגעס למשל אויסצולעשן די לעקטער פאר איך פאר אוועק פאר שבת קען איך עס נאך אויסלעשן ווען איך קום אן צו מיין אכסניא, נאך א זאך איז אז איך דארף מער נישט קיין שבת זייגער און נישט נאר די דיינינג רום לייט צינדט זיך אן און לעשט זיך אויס אויף א סקעדזשועל אום שבת, ווייל זינט דער סוויטש איז קאנעקטעד צו די אונטערנעט ווייסט ער וויפיל אזייגער עס איז און איך קען עס אנשטעלן אז עס זאל אנצונדן און אויסלעשן די לייטס אויף א סקעדזשועל.

עס גייט אבער נאך ווייטער, וויבאלד די סוויטש איז מחובר צום אונטערנעט ווייסט ער אויך ווען די זריחה און די שקיעה זענען אין מיין געגנט, סאו איך קען אים זאגן אז יעדן פרייטאג זאלן זיך די גרופע לייטס אנצונדן ביי די שקיעה און אויסלעשן דריי-פיר שעה שפעטער, סאו איך דארף נישט שטיין יעדע פאר וואכן ביים שבת זייגער צווישן דעם ערשטן און צווייטן פייף און עדזשאסטן דעם סקעדזשועל לויט דעם נייעם זמן, איך דארף אויך נישט געדענקן צו ריקן דעם שבת זייגער יעדעס מאל מען ריקט דעם זייגער ווייל עס ריקט זיך אליינס.

מיין טערמאסטאט ווייסט ווען איך בין אינדערהיים ווייל עס טרעקט מיין לאקעישאן דורך די עפפ אויף מיין פאון און ווען איך גיי ארויס פאר מער ווי א פאר מינוט שטעלט ער אן די הייצונג/קילונג אויף א שוואכערע סעטינג אז עס זאל נישט קאסטן קיין געלט פאר גארנישט, עס איז אויך קאנעקטעד צו מיין גוגל אקאונט סאו ווען איך לייג אריין אין גוגל מעפס נעוויגעישאן מיין היים אדרעס זאגט ער פאר מיין טערמאסטאט בערך ווען איך וועל אנקומען אהיים און מיין טערמאסטאט זעהט אז עס זאל זיין פיין ווארעם/קאלט ווען איך קום אן אהיים.

מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך גע׳עפנט א נייע - פרייע - סערוויס IFTTT די ר״ת פון If This Then That (אויב דאס דאן יענץ), ווי מען קען קאנעקטן מערערע אנליין סערוויסעס איינע צום צווייטן, למשל gmail מיט Twitter, סאו איך קען מאכן א ׳רעסעפי׳ אז ווען איך באקום א מענטשאן אויף טוויטער זאל איך באקומען א אימעיל דערוועגן, אדער ווען איך בין שפעט צו קאמפליטן א רימיינדער זאל עס ווערן געטוויטעד פאר אלע מיינע פאלאוערס (יהי רצון שתהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם…), וכדו׳.

מיט דער צייט האבן חפצים ווי סוויטשעס, טערמאסטאטס, און נאך אויך אנגעהויבן ווערן קאנעקטעד צו די אונטערנעט און אסאך פון זיי האבן זיך מחבר געווען צו IFTTT, סאו היינט קען איך מאכן אז ווען איך באקום אן אימעיל זאל די לייט אין מיין אפיס בלינקען, נאך מער, יעצט קען איך קאנעקטן צוויי חפצים, סאו איך קען מאכן אז ווען די סטיעם צינדט זיך אן זאל די היטער זיך אויסלעשן אדער פארקערט (עפעס וואס קומט מיר פערזענליך צו נוץ), איך קען אויך מאכן אז אויב עס ווערט קעלטער ווי לאמיר זאגן 20 דעגריס פארנהייט זאל זיך מיין טערמאסטאט אנשטעלן צו 70 למשל, און נאך אסאך נוצליכע זאכן.

סאו, האב איך געזוכט אויף IFTTT אויב עס איז דא עפעס אידישע זאכן וואס איך קען הנאה האבן פון און איך האב נישט געפונען, טראכט אריין וואס עס וואלט אלס געקענט מיינען פאר אידן וואס האבן קאנעקטעד חפצים, איך קען למשל אנשטעלן אז די לייט אין מיין בעדרום זאל בלינקען פונעף מינוט פאר סוף זמן קריאת שמע יעדן שבת און פטור אן עסק מיט דעם וועקער זייגער וואס וויינט פאר צוויי שעה יעדן שבת באהאלטן אין א דאכענע, ביי מוצאי שבת (זמן ר״ת) זאל זיך די קאווע מאשין אנגרייטן פיינע חמין, יעדן טאג עטליכע מינוט פאר פלג המנחה זאל די לייט אין מיין אפיס בלינקען מיך צו דערמאנען צו לייגן ר״ת תפילין אויב איך בין נאכנישט אנגעקומען דערצו, און דער אמת איז אז אויב עס זאל נאר זיין אזא סערוויס וועלן שוין ארויס קומען מערערע געלונגענע ׳רעסעפיס׳ און זינט מען קען שערן די רעסעפיס וועלן אסאך מענטשן הנאה האבן פון דעם.

איך קען זיך נישט אויס מיט די טעכנישע דעטאלן וואס זענען אינוואלווד אין דאס ברענגען צו א רעאלעטי, אבער פון מיין וועב סערטשעס בין איך געוואר געווארן אז IFTTT האט א Maker Channal ספעציעל פאר אזוינע קליינע פריעקטן וואס ווילן זיך צוטשעפענען צו זיי און אלעס וואס עס פעלט אויס אנצוהוקן א חפץ אדער אנליין סערוויס איז א webhook, און אנדערע ווערטער, איך בין געוואר געווארן אז איך ווייס ווייניגער ווי איך האב געמיינט אז איך ווייס…

ווען איך וואלט ווען געהאט געלט וואלט איך ווען געהייערט איינעם עס צו מאכן, אבער איך האב דאך נישט… סאו, אויב איז דא נאך איינער וואס טראכט אז ער אדער א צווייטער קען בענעפיטירן פון אזא זאך און ער קען און ווייסט ווי אזוי עס צו מאכן איז ער מכובד צו פרובירן עס אויפצוסעטן און איך גאראנטיר אז איך וועל אים זייער דאנקבאר זיין… און איך גלייב אז עס וועלן זיין נאך אסאך אנדערע וואס וועלן דאנקבאר זיין.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר