וואס איז דאס א סמארט פאון

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

וואס איז דאס א סמארט פאון

שליחה דורך טרויבן88 »

מען רעדט און הערט אלעמאל פון עס קומט ארויס נייע, אבער וואס איז דאס בכלל, וואס מאכט איינס בעסער פונעם צווייטן, די ארטיקל וועט זיין טעכניש, אבער די בעסטע וויאזוי איך קען עס מסביר זיין, איך וועל פרובירן צי מיין בעסטע יכולת איבערציגיין די הויפט טעכנעלאגיע'ס.

קודם לאמיר גיין צום סקרין, עס זענען דא 3 אדער 4 סקרין'ס וואס מען ניצט, די ערשטע הייסט AMOLED דאס איז די סקרין וואס סעמסאנג ניצט, דערנאך איז די LCD סקרין וואס LG און עפל נוצן, דערנאך איז דא די OLED סקרין וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט ווער סניצט, דערנאך איז דא גי sAMOLED סקרין וואס איז א פארבעסערטע ווערסיע פון AMOLED.
סא א סקרין באשטייט פון קליינע pixels וואס זיי ציזאמען מאכן די סקרין דערפאר ווי מער pixels וועט די סקרין זיין בעסער, די note 7 הייסט א 2K סקרין און האט 2560×1440 pixels רוב טייערע פאון'ס וועלן האבן די resolution דערנאך איז דא די ביליגערע HD פאון'ס וואס האט א resolution פון 1080×1920, דערנאך האט איר נאך ביליגערע פאון'ס וואס וועלן אייך געבן ביליגערע סקריןס. איז די וועג וויאזוי מען מעסט די פאוןס איז דורך PPI (פיקסעלס פער אינטש) די נאוט 7 האט 518 PPI די S7 געלעקסי edge האט 538 PPI די נישט edge האט 577 PPI, די ביליגערע קאמפעניס האבן בערך 400 און 440 PPI די נאך ביליגערע האבן גאר 300 אדער אפילו 200 PPI. דאס הייסט resolution וועט מען קוקט אויפן באקס,

נאך אזאך וואס ווענדט זיך איז ווי ליכטיג די סקרין איז אויפן גאס אין א זיניגע טאג, ביז דערווייל איז די note 7 די ליכטיגסטע מיט 1048 nits בשעת די S7 האט 855 און די S6 563 און די G4 מיט 454,

דערנאך קומט אריין די פראטעקשאן וואס העלפט די סקרין נישט ווערן ציקריצט און העלפט שטארקן די סקרין אפילו ווען עס פאלט אראפ, עס הייסט corning gorilla glass עס האלט יעצט ביי ווערסיע 5 וואס די note 7 האט די S7 האט ווערסיע 4 און די ביליגערע האבן רוב ווערסיע 3 און אראפ,

און יעצט וועלן איך גיין צי מעמארי,
רעם (RAM) די מער עס האט האט איז רוב מאל בעסער, (מער רעם מיינט נישט אז וועט ארבייטן בעסער, די פראססעסער צי ווי איך וועל באלד אנקומען וועט אסאך מער אויסמאכן, א משל עס צי פארשטיין נעמט א food processor מיט וואס מען מאכט טאמעטא דיפ איז די בלענדער איז די פראסעסער און די האלטער און וואס עס ווערט צימאלן איז רעם (RAM) איז ווי שנעל עס וועט צימאלן די ארייקומענדיגע טאמעטע וועט זיך ווענדן און די speed פונעם פראסעסער אדער ווי סאך עס וועט קענען האלטן/צימאלן ווענדט זיך און די גרויסקייט פונעם פאס, די זעלבע איז בי א פאון, די רעם איז וויפיל עפפס עס קען האלטן אפען אויף איין מאל און די פראסעסער איז ווי שנעל עס טוט די ארבעט,) די note 7 האט 4 גיג רעם אבער עס זענען דא פאוןס וואס האבן מער ווי למשל די פאון one plus 3 וואס האט 6 גיג און עס זענען דא שמועות איבער א פאון מיט 8 גיג רעם. רוב ביליגע פאוןס האבן 1 גיג אדער 2 גיג רעם,

דערנאך איז וויפיל פלאץ די פאון קען בכלל האלטן אין דאס הייסט סטארעדזש (storage)

אויך קוקט מען צי מען קען אריינלייגן א SD קארטל, רוב פאןןס קען מען,

דערנאך קומט די פראסעסער וואס הייסט די CPU (central processing unit) וואס ער טוט אלע אויספאלגן אלע פארלאנגען פונעם פאון, און ווי שנעלער אלץ בעסער.

און בכלל איז דא די הויפט chip און וואס איך וויל נישט ציפול אריינגיין און דעם, אבער עס זענען דא 4 הויפט chips די snapdragon פון Qualcomm דערנאך איז דע סעמסאנגס אייגענע exynos וואס זיי האבן טאקע גענוצט און די note 7, דערנאך איז דא די mediatek טשיפ, דערנאך איז דא די עפלס אייגענע טשיפ וואס זיי האבן אנגעפאנגען מאכן 2 יאר צירוק.
דערנאך קומט די (graphic processing unit) GPU וואס ער פילט אן די סקרין'ס פיקסעלס מיט די קאלירן. די העכערע נאבבער מיינט א בעסערע ווי די פריעריגע,

דערנעך קומט וויי פיי צי עס האט אלע bands, די נייעסטע בענד איז ac, סא די טייערע פאוןס וועלן עס רוב האבן, סא רוב פאוןס וועט שטיין b/g/n/ac

דערנאך פארשטייט זיך קומט בעטערי, וואב מעסט זיך אין mAh וי מער אלץ בעסער אבער אייפאוןס מעסט מען אנדערש. די נאוט 7 האט 3500 mAh

פעסט טשארדשינג וואס טשארדש די פאון שנעלער.

דערנאך איז דא די קאמערע און וואס איך וועל מיך נישט אריינלאזן. אנדערע זאלן עס ביטע מסביר זייו...

דערנאך קומי די פינגערפרינטס, רוב טייערע און מיטלגארטיגע פאוןס האבן עס, די נאוט 7 קען מען עפענען מיט די אויגן. וואס הייסט iris scanner

אוך ווי שנעל די קאנעקשאן איז ווענדט זיך און די אנטענע. די נאוט 7 האט LTE cat 12 אדער cat 9 ביליגערע פאוןס האבן cat 6 אדער cat 4.

איך בין פארטיג פאר יעצט. אויב איינער האט עפעס וואס איך האב פארפאסט זאל עס צילייגן.
און איר קענט נעמען יעדע זאך אדער ווארט אויב איר פארשטייט עס נישט און עס גוגלען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טרויבן88, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לעב אין לאז לעבן.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר