אינטערנעט און איר מצב און אמעריקא

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

אינטערנעט און איר מצב און אמעריקא

שליחה דורך טרויבן88 »

ארומפארנדיג היי יאר און די קעטסקילס איז מיר געווען אינטערעסאנט צי זען אז און היימישע באנגעלאו קאלאניס זענען געווען הייזער וואס האבן געהאט א סאטעליט טעלערל אויפן דאך, איך האב פאר א סעקונדע געטראכט אז אפשר הייבט זיך די מצב אן טוישן און דער עולם האט שוין טי ווי (TV) אינדערהיים געהעריג... אבער פארשטייט זיך אז מיר זענען יארן אוועק פון דעם מציאות... קוק איך ארויף אויפן טעלערל און איך ליין אפ וואס סשטייט דארט, שפעטער נעם האב איך ארויסגענומען די כלי און אויפגעזיכט די קאמפעני, און סאיז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן...
געמיינט האב איך אז מענטשן און אפגאהאניסטאן און די דריטע וועלט לענדער האבן נישט קיין אינטערנעט אדער נישט קיין שנעלע אינטערנעט, און דא און סאליווען קאנטי איז די מצב נישט ציפיל בעסער... איז די מעשה דארט איז אזוי, די קאמפעני huges net שטעלט צי אינטערנעט פאר פערציג דאללאר דאונלאוד ספיד פון 600 קילא בייט א סעקונדע און אפלאוד ספיד פון 125 קילא בייט א סעקונדע און דאס איז אויך נאר פאר 55 מעגא בייטס און נאך 50 מעגא בייט פארטאגס פון 2 ביז אכטע. און די טייערסטע פלאן איז 60 דאללאר פאר 1.25 מעגא בייט פאר 65 גיג און סקאסט 60 דאללאר. פארשטייט זיך אז סאיז דא צענדליגער קאמפעניס וואס פארקויפן פלענס אבער סאיז דא נאר אפאר הויפט פראוויידערס, קאמאו האט טאקע דעס יאר נאכאמאל אנאנסירט פלענער אריינציברענגן broadband אינטערנעט, אבער עס זענען שוין געווען אזאלכע פלענער אבער סאיז גארנישט געווארן דערפון,

סא אז דיין אינטערנעט ארבייט שוואך געדענק אז סאיז חברה וואס סהאט נאכקיינמאל נישט שנעל געארבייט...
נישט נאר אין אפגאהאניסטאן נאר אויך און דיין בעקיארד... אפגערעדט אז די אינטערנעט און אלאסקע איז די ערגסטע...
לעב אין לאז לעבן.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר