עקסעל הילף און עקסערסייז

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

עקסעל הילף און עקסערסייז

שליחה דורך zamel »

אזוי ווי איך ארבּייט כסדר אויף עקסעל וועל איך טרייען אראפּ שרייבּען געוויסע ידיעות
און ווי אויך אנפרעגן מיינע שוועריקייטן.

לאמיר אנהייבן מיט פראצענטן
איך האב מיך שטארק געמוטשעט א לענגערע צייט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט פראצענטען ביז א חבר מיינער האט מיר אויסגעלערנט, לאמיר עס טרייען צו איבערגעבן דא אויף די נעט.

דער ערשטער זאַך מיר ברויכן צו וויסן איז, וואָס איז פּראָצענט און ווי אזוי עס אַרבעט
דער ענטפער וועט זיין 15 פּראָצענט מיינט פון יעדער דאָלאַר וואס מיר רעדן 15 סענט
איז ווען איר ווילט איינעם רעכענען 15 פראצענט אויף דרייסיג דאללאר וועט דאס מיינען 30 מאל 15 סענט
ממילא וועט די קאלקיאלעישין צוגיין ווי פארלגענד 30 מאל 15 סענט פלאס די דרייסיג דאללאר
א שיינע וועג ווי אזוי עס צו שרייבן וועט זיין "= 30 * 1.15"
ווי איך זאג אים אז פאר יעדן דאללאר זאל ער רעכענען איין דאלאר מיט 15 סענט

יעצט ווען עס קומט צו רעכענען אויף אראפ וועט עס זיין די זעלבע זאך ווען ער געט 15 פערצענט אף וועט דאס מיינען פער דאללאר 15 סענט, און אנדערע ווערטער ער וועט אייך רעכענען 85 סענט פער דאללאר אנשטאט 100 סענט פער דאללאר

ממילא וועט די קאלקיאלעישין זיין 30 מאל 85 סענט
א שיינע וועג ווי עס צו שרייבן וועט זיין = "30 * (1-.15)"
אוואו איך זאג אים רעכן 30 מאל איין דאללאר מינוס 15 סענט וואס איז 85

און פון יעצט וועט איר שוין קענען רעכענען פראצענט אפילו אויף א קאלקיאלעיטער וואס האט נישט א פראצענט באטטאן
ווייל אז נען פארשטייט וואס מען וויל איז אלעס אנדערש

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר