גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8

הודעהדורך העניך » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 7:08 pm

קוים צוויי חדשים זענען שוין דורכגעגאנגען זייט אייפאון 7 איז ארויס, און מ'קוקט שוין גאר שטארק ארויס צו דעם קומענדיגן אייפאון. 2017 איז א גרויסע יאר אין דער עפל פירמע, זייענדיג 10 יאר זייט סטיוו דזשאבס האט ארויסגעגעבן דעם אריגינעלן אייפאון, און עס ווערט ערווארטעט אז דער קומענדיגער אייפאון וועט זיין רעוואלוציאנעריש - אנדערש פון דעם אייפאון אין די לעצטע יארן וואס האט נישט געהאט קיין גרויסע חידושים.

צווישן די שמועות זענען אז דער נייער אייפאון וועט האבן א גענצליך נייער דעזיין, א סקרין וואס גייט איבער דעם גאנצן טעלעפאן אן קיין פרעים ארום און אן קיין האום באטן. "טאטש איידי" וועט ארבעטן איבעראל אויפ'ן סקרין. דער נייער טעלעפאן וועט מעגליך אויך האבן ווייערלעס טשארדזשינג, און לויט מאנכע וועט עס קענען ווערן געטשארדזשט אפילו פון א מרחק!

פאלגנד זענען מער דעטאלן:



יש אומרים אז דער סקרין וועט זיין בויגזאם.
בילד
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1443 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 7:33 pm

סתם ספעקולאציעס, האט גארנישט מיטן מציאות.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 305 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 8:26 pm

נישט ממש. קוק די ווידעא - א טייל רומערס זענען גאנץ קראנט.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1443 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 11:47 am

רוב זאכן זענען שוין גראדע פאראן אויפן (ענדרויד) מארקעט אדער איז שוין געווען אזעלכע רומערס א לענגערע צייט. אויף סעמסאנג'ס גאלעקסי 8 רעדט מען שוין לאנג אז עס וועט אנגעבליך פארמאגן כולו סקרין מיט אפשר קוים עפעס א פרעים ארום, ווי אויך אז דער פיזיקאלער HOME באטאן וועט פארשוואונדן ווערן און דער סקרין וועט זיין א טאטש/פינגער פרינט ריעדער, ווי אויך ווייערלעס טשארדזשינג און "קוויק-טשארדזשינג" איז שוין אלטע מעשיות. מצד שני מאכט סעמסאנג נאך די עפל פאטענטן אויכעט, ווי די נייע משוגע'נע רומער אז זיי וועלן עלימינירן די העדפאון דזשעק רח"ל היל"ת, און נאך פארשידענע פאטענטן וואס קומען כסדר אן אין קאורט ווי די צוויי גרעסטע קאמפאניס שלאגן זיך ווי קליינע בעביס אין כיתה ענדע-ף.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14495
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17043 מאל

Re: גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:04 pm

איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2404 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:17 pm

פטפוטים בעלמא פון בלאגערס. רוב רומערס ווערן קיינמאל נישט מקויים. איבערהויפט עפל, ווי סודות זענען פון זייערע גרעסטע פונקטן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1480
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1735 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:47 pm

קל וחומר האט געשריבן:איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?

שענער און מער עלעגאנט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1052
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 609 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 1:31 pm

קל וחומר האט געשריבן:איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?

די גרויסקייט פון דעם סקרין איז א גאר וויכטיגער פאקטאר אין א טעלעפאן, אבער לעומת זה וויל מען אז עס זאל פארנעמען ווי ווייניגער פלאץ אין טאש. מאקסימיזירן דעם סקרין-ארט איז א געוואלדיגער אויפטו. כאפ א בליק אויף רעוויו וועבסייטס, וועסטו זען ווי זיי שרייבן אויף יעדן טעלעפאן וויפיל פראצענט פונעם פראנט דער סקרין נעמט אויף. 100% קען נישט זיין בעסער.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1443 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 1:33 pm

פרייוויליג האט געשריבן:פטפוטים בעלמא פון בלאגערס. רוב רומערס ווערן קיינמאל נישט מקויים. איבערהויפט עפל, ווי סודות זענען פון זייערע גרעסטע פונקטן.

די לעצטע פיר-פינף יאר האבן בלאגערס געוואוסט כמעט גענוי אלע פרטים וועגן צוקונפטיגע אייפאונס חדשים פריער. עפל'ס סודות'פולקייט איז כמעט א פארגאנגנהייט. דוכט זיך אז ווען טים קוק האט מגלה געווען דעם אייפאון 7 אין סעפטעמבער האט ער זיך אפילו געוויצלט אז יעדער ווייסט שוין סייווי אלע פרטים.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1443 מאל

Re: גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:37 pm

העניך האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?

די גרויסקייט פון דעם סקרין איז א גאר וויכטיגער פאקטאר אין א טעלעפאן, אבער לעומת זה וויל מען אז עס זאל פארנעמען ווי ווייניגער פלאץ אין טאש. מאקסימיזירן דעם סקרין-ארט איז א געוואלדיגער אויפטו. כאפ א בליק אויף רעוויו וועבסייטס, וועסטו זען ווי זיי שרייבן אויף יעדן טעלעפאן וויפיל פראצענט פונעם פראנט דער סקרין נעמט אויף. 100% קען נישט זיין בעסער.

מיר זעהט אויס אז אויפן גאנצע פראנט א סקרין איז א חסרון, וויבאלד ווען מען האלט דעם פאון ביי די זייטן וועלן חלקים פונעם סקרין באדעקט ווערן.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1701
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2404 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 6:50 pm

העניך האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:פטפוטים בעלמא פון בלאגערס. רוב רומערס ווערן קיינמאל נישט מקויים. איבערהויפט עפל, ווי סודות זענען פון זייערע גרעסטע פונקטן.

די לעצטע פיר-פינף יאר האבן בלאגערס געוואוסט כמעט גענוי אלע פרטים וועגן צוקונפטיגע אייפאונס חדשים פריער. עפל'ס סודות'פולקייט איז כמעט א פארגאנגנהייט. דוכט זיך אז ווען טים קוק האט מגלה געווען דעם אייפאון 7 אין סעפטעמבער האט ער זיך אפילו געוויצלט אז יעדער ווייסט שוין סייווי אלע פרטים.

געווענדליך ליקט ארויס פראטאטייפס עטליכע טעג פאר די ריליס. נו אודאי ווייסט מען דאך.. אין אזא מאדערענע וועלט איז זייער שווער צו האלטן זאכן בסוד, נישט קיין חילוק ווי שטארק מפראבירט דאס צו באהאלטן, מ'דארף נישט מער ווי איין בילד, און דאס פאסירט טאקע. אבער איך געדענק פון אלע יארן אז רוב פרעדיקשענס זענען געווען חלומות.

ליין דא מער איבער עפל'ס מאכטפולע סודות'פולע באזע.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1480
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1735 מאל

הודעהדורך מאנסי אינגערמאן » זונטאג יאנואר 01, 2017 8:29 pm

i'm waiting for the iphone 8
as of now i use the galaxy s7 edge and i like it.
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל


גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron