געלעקסי S8 (און נאכפאלגענדע מאדעלס)

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

געלעקסי S8 (און נאכפאלגענדע מאדעלס)

שליחה דורך שמעקעדיג »

מען האט נאך נישט געהעריג דערמאנט דא דעם נייעם פארגעשריטענעם גאלעקסי S8 ווי אויך די גרעסערע S8 פלאס, וועלכע וועט ערשיינען במלוא יופיה והדרה סוף וואך, און וועט זיין די ערשטע סעלפאן פון סעמסאנג נאכ'ן אדורכגעפאלענעם NOTE 7 וואס די באטערי האט אויפגעריסן...

דער נייער פאון איז געווארן אנאנסירט דורך סעמסאנג פארגאנגענעם חודש, און וועט זיין צו באקומען סוף די וואך. עס האט גאנץ אסאך נייע חלקים, בעיקר די נייע גרעסערע סקרין, אבער וואונדערליך אין א שמאלערע פארעם ווי די פארגאנגענע גאלעקסי'ס, ד.ה. עס וועט זיין גרינגער צו האלטן אין איין האנט, ווייל עס איז שמאלער פון אירע פארגייער, די S6 און S7. סעמסאנג נעמט אוועק די באזונדערע HOME קנעפל פון אונטן, מהיום והלאה וועט עס זיין אויפ'ן סקרין, גענוי ווי אלע אנדערע מאנופעקטשורער טוען שוין יארן לאנג. מען קען אויך טוישן די "ריסענט עפפס" קנעפל מיט די "בעק" קנעפל פון רעכטס אויף לינקס אדער פארקערט, לויט'ן געברויך. בכלל איז דער פאון מורא'דיג קאסטומייזעבל, מיט אן א שיעור אפציעס וואס כמוהו לא נהייתה. דער גרעסטער חסרון איז אז מען האט פלאצירט דעם "פינגער-פרינט ריעדער" קנעפל אין די בעק, הארט נעבן דעם קעמערע – א פלאץ וואו מען איז נישט צוגעוואוינט, און בנוסף לזה קען מען בטעות פארשמירן דעם קעמערע לענס מיט פינגער פרינט היל"ת.

ווי געשריבן, עס קומט אין 2 סייזעס, די קלענערע הייבט זיך אן ביי 5.8 אינטש, און די גרעסערע "פלאס" מאדעל איז 6.2 אינטש. די סקרין איז HUUUGE. אבער ווי שוין דערמאנט, די פוטפרינט איז שמאלער און העכער. ביידע סייזעס קומען מיט א געבויגענעם ("קארווד") סקרין אין די 2 זייטן (אזוי ווי די S7 EDGE), וואס וועט יעצט זיין מער נוצבאר ווי ביז היינט. די 5.8 אינטש בלייבט מיט א 3,000 MAH באטערי – די זעלבע ווי די S7, אבער גאר פארזיכערט פון אויפרייסן, לויט סעמסאנג. די גרעסערע 'פלאס' מאדעל וועט האבן אביסל א גרעסערע באטערי, 3,500 MAH. איינע פון די אפציעס צו קאסטומייזן איז די רעזאלוציע פונעם סקרין. אויב מאכט מען עס אביסל ווייניגער שארף (נאך אלץ גענוג גוט) קען עס פארלענגערן די בעטערי לייף מיט ארום א האלבע שעה.

די קעמערע בלייבט די זעלבע ווי ביז יעצט, א 12 מעגאפיקסל, אבער סעמסאנג זאגט אז די פראסעסינג סאפטוועיר האט אסאך פארבעסערונגען אז עס זאל קענען כאפן גאר גוטע בילדער אפילו אין טריקי ליכטיגקייטן. לויט די ערשטע רעפארטס איז עס טאקע וואונדערבאר, און​ פארבלייבט דערווייל די סאמע בעסטע קעמערע אין די סמארטפאון אינדוסטרי. די פראנט קעמרע פאר "סעלפיס" איז יא ארויף פון 5 מעגאפיקסל צו 8, און האט א אויטא-פאקוס כדי צו פראדוצירן העכסט קלארע בילדער. די ספיקער אונטן פארבלייבט אויך די זעלבע. נישטא קיין סטעריא ווי די אייפון אדער HTC, אבער לכה"פ זענען זיי געבליבן מיט'ן העדפאון דזשעק, נישט ווי עפל וואס האט דאס אוועקגענומען לדאבון לב שומעי מוזיקה.

עס פארמאגט די מערסט-פארגעשריטנסטע פראסעסאר וואס ס'שייך, וואס איז די שנעלסטע אויפ'ן מארקעט, אינאיינעם מיט 4 גיג פון מעמארי – ס'מערסטע וואס מ'קען באקומען אין אמעריקע, הגם אין זייער היים אין דרום קארעא אפפערן זיי 6 גיג. עס קומט מיט 64 גיג פון פלעש מעמארי. גענוי ווי די S7, פארנעמט עס א מייקרא SD קארטל פאר סטארעדזש (ביז 2 טעראבייט – עס איז נאך ניטעמאל פארהאן אזא סייז קארטל, בבחי' טרם יקראו ואני אענה), און איז וואסער-פרוף פאר א קורצע פעריאד (מאקסימום א האלבע שעה) אבער נישט אין זייער טיפע וואסערן.

די גרויסע נייעס וואס סעמסאנג איז ביזי דערמיט איז א נייע סעמסאנג אסיסטענט וואס רופט זיך Bixby. דער וועט שטיין אויף די געהירן און זיכער מאכן אז ער האלט מיט אלעס וואס דו טוסט.... לענ"ד איז עס א איבריגע פיטשער, נאכדעם וואס גוגל האט שוין אן אייגענעם אסיסטענט "גוגל נאו", ווי אויך מייקראסאפט האט "קארטענע", אבער סעמסאנג'ס וועט זיין מער ספעציפיש אויסגעשטעלט צום פאון, ווי למשל דער פאון זאל דערמאנען רעמיינדערס, עפענען דעם קעמערע, אפלייענען ווערטער, זוכן אינפארמאציע, שיקן טעקסט דורך רעדן ("ביקסבי, שיק א טעקסט צום ווייב אז איך וועל זיין אינדערהיים ביז א האלבע שעה"), און ענליכע פונקציעס. למעשה איז עס נאכנישט פולשטענדיג גרייט יעצט ביים ערשיינען, אבער זיי פארזיכערן אז בקרוב וועט עס זיין גרייט צום פולן באנוץ, און עס וועט בעסער ווערן און קלוגער ווערן ווי מער מען באנוצט זיך דערמיט. סעמסאנג איז אזוי קאנפידענט אז דאס איז א וויכטיגע חלק פונעם נייעם פאון, אז זיי האבן צוגעלייגט א באזונדערן 'ביקסבי' קנעפל אויף די לינקע זייט, אונטער די וואליום קאנטראלס.

די קלענערע מאדעל וועט זיך אנהייבן ביי $750, ארום $31 א חודש מיט א 2-יאר קאנטראקט. די גרעסערע קאסט ארום 100 דאלער מער.

וואס נאך האב איך אויסגעלאזט?

עס איז ערווארטעט אז אין געציילטע חדשים, לכבוד דעם צענטן יארטאג פון דעם אייפונ'ס ערשיינונג, וועט עפל ארויסגעבן איר בעסטן סמארטפאון (אייפאון 8), און די זשורנאליסטן שטייען גרייט, נייגעריג צו זעהן צי זיי וועלן קענען איבערשטייגן דעם אויסגעצייכנטן גאלעקסי S8.

ווי אזוי זאגט דער בלאט? ימים ידברו.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר