דער דזשי-פי-עס און זיין (אומ)-פונקטליכקייט

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19576
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24505 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14866 מאל
קאנטאקט:

דער דזשי-פי-עס און זיין (אומ)-פונקטליכקייט

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען, אלס א טייל פון מיין דזשאב צו פארן אויף טריפס מיט די קינדער, זיך צו באנוצן זייער א סאך מיט'ן דזשי-פי-עס פון מיין פאון. (ניין. נישט וועיז) האביך באמערקט אז טיילמאל (קרוב צו 50%) איז ער נישט פונקטליך. ווען ער איז פונקטליך איז ער מורא'דיג גוט. אבער מ'דארף נאכאלץ נוצן קאממאן סענס. שכל הישר. איך בין שטארק מכיר טובה פאר די ערפינדערס פון דעם עפפ. ווייל אן די דיירעקשאנס וואס כ'האב באקומען וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אויף געוויסע פארשטופטע פלעצער ווי קעמפס אין ניו דזשערסי וכו'.

נעכטן ביניך געפארן צו א געוויסן קעמפ וואס איז אין א פארווארפענע געגנט אין ניו דזש. א געגנט פון פארמס. ממש ביים דרום עק פון די סטעיט. נאך א סאך ווייטער ווי טרענטאן. אויפ'ן וועג אהין האט ער מיך זייער גוט און פונקטליך געפיהרט. דורך פארשידענע קליינע ראודס. וועגלעך און שטעגלעך. ביז איך בין ב"ה אנגעקומען צו מיין דעסטינאציע. ממש דורך וועלדער. און וועגן וועלכע זענען אזוי קליין אז זיי הייסן ניטאמאל ראוד. נאר טרעיל...!

אויפ'ן וועג צוריק קיין ניו יארק האט ער מיך אויך געפיהרט גאנץ גוט אין אנהייב. ספעציעל ווען איך האב באגעגנט עטליכע מאל פארמאכטע ראודס. און ער האט געמוזט רי-קאלקיולעיטן. אבער אינמיטן האט ער עפעס באקומען א מין אטאקע און ר'האט מיך אנגעהויבן צו פיהרן אויף פארשידענע משונה' דיגע וועגן. נאר איך האב איהם נישט געפאלגט. כ'האב געניצט קאממאן סענס. ווייל איך האב געדענקט דעם גרויסן ראוד מיט וועלכן איך בין געפארן אהין, נאכ'ן טוירנפייק. רט. 206 סאוטה. האביך פארשטאנען אז רט. 206 נארטה וועט מיך פיהרן צום ניו דזש. טוירנפייק. והך קאווע. אזוי פארנדיג האביך טאקע באמערקט א סיין וואס ווייזט אז פון דא קענמען כאפן דעם טוירנפייק. האביך איגנארירט די דיירעקשאנס וואס דער דזשי.פי.עס. האט מיר געגעבן. אזאלכע משונה'דיגע איסטראקשאנס אז איך זאלל מיך אוועקדרייען פונ'ם רט. 206. פארשטייצעך אז איך האב איהם נישט געפאלגט. ווען איך בין שוין געווען אויפ'ן הייוועי האט ער נאך געהאלטן אין איין געבן דיירעקשאנס פון די גאסן פון די שטעטלעך וואו איך בין אריבערגעפארן. און ער האט נישט געכאפט אז איך פאהר שוין אויפ'ן טוירנפייק.

ס''איז דא א מעגליכקייט אז מיין פאון האט עפעס א פראבלעם. אבער וועם איך פרעג, פון די יודעי דבר (וואס געבן זיך אן אלס אזעלכע) ווייסן מיר נישט צו געבן א קלארן ענטפער.

ווער ס'האט עפעס א קלארע תשובה וועלכע לייגט זיך אויפ'ן שכל, וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען אויב מ'קען מיר דא פותר חלום זיין.

נ.ב.: נאכמער. די וואך דינסטיג ביניך געפארן אויפ'ן טוירנפייק אין די פארקערטע ריכטונג. ביי די עקזיט 14/נוארק עירפארט/האללאנד טונעל געגנט. האט מיין דזשי.פי.עס. מיר געגעבן דיירעקשאנס פון גאסן אויף די איסט סייד פון מאנהעטן. ווי דילענסי סטריעט וכדומה. און ער האט נישט געכאפט אז איך פאר גאר אויפ'ן הייוועי...!

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר