די קאמפיוטער

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

די קאמפיוטער

שליחה דורך טרויבן88 »

דער קאמפיוטער איז א מאשינקע וואס מיר אלע ווייסן פון איר, טייל ווייסן וויאזוי איר צי ניצן, בשעת אנדערע ווייסן וויאזוי איר נישט צי ניצן.
אבער בכלליות ווערט דער קאמפיוטער מער און מער פארגעשריטן, בשעת מיר ווייסן נאכנישט עד היום הזה וואס פינקטליך עס קוואליצירט צי האבן געווען די ערשטע קאמפיוטער, איז עס געווען טויזנטער מאל גרעסער ווי די היינטיגע קאמפיוטער, אפגערעדט אז יענע קאמפיוטער האט נישט געלאפן אויף ווינדאוס אדער מעקינטאש, און האט געמאכט גאר ווייניג חשבונות אנטקעגן א היינטיגע פליפ פאון, איז דער אמאליגע קאמפיוטער נאך אלץ די זיידע פון די היינטיגע קאמפיוטער און מיט די צייט האט זיך דער קאמפיוטער ערווארבן צי וואס עס איז היינט.




אויף אויגוסט דער צוועלפטער אין 1971 האט איי בי עם (IBM) ארויסגעגעבן די ערשטע פערסאנעל קאמפיוטער (PC) די סיבה פארוואס עס הייסט א פי סי איז ווייל עס איז געווען געמאכט פארן פערזענליכן יחיד און גענוג קליין פאר א פלענע מענטש עס צי קויפן און ניצן, עס איז באשטאנען פון א סקרין, קיבאורד, אביסל מעמארי, א סי פי יו, (CPU) א ווידעא קארטל, און האט אויך געהאט א ספיקער, עס זענען געווען פארשידענע מאדעלן טייל פון זיי האבן געהאט אנדערע באשטאנדטיילן אבער בדרך כלל איז עס נישט געווען מער פארגעשריטן ווי דעם,

עס דארף ווערן ארויסגעברענגט אז דער אמאליגער קאמפיוטער האט נישט געלאפן נאנט צי די פראגראמען וואס מיר האבן היינט, אויסער דעם וואס עס זעט אויס ווי עס האט נישט געקענט סטארעדשן די דאטא, מסתם האט מען נאר געקענט נאכדעם אראפשרייבן די סיכום אדער פרינטן, די ערשטע קאמפיוטערס האבן געהאט א סי פי יו וואס האט געלאפן ביי א שנעלקייט פון 4.77 MHz און געהאט 64 קילאבייט רעם (RAM) וואס מען האט געקענט עקסטענדן צי 264 קילאבייט, טראכטנדיג היינט דערפון איז גאר מאדנע צי זען אז די אמאליגע רעם איז קוים געווען א מעגאבייט, בשעת די מינימום היינט איז א בערך פיר גיגאבייט (פאר א קאמפיוטער) וואס איז פיר אין זעכציג טויזנט מאל מער (אכט ביטס איז א בייט, טויזנט בייטס איז א קילאבייט, טויזנט קילאבייט איז א מעגאבייט, טויזנט פיר אינצוואנציג מעגאבייט איז א גיגאבייט, טויזנט פיר אינצוואנציג גיגאבייט איז א טעראבייט, וכו'.) און די היינטיגע פראסעסארס לויפן אויף א שנעלקייט פון 3 GHz און ארויף.

שפעטערדיגע קאמפיוטערס האבן שוין געהאט פלאפי דיסק'ס צי סטארעדשן דאטא, וואס דאס איז געווען פון די ערשטע וועגן וויאזוי צי סטארעדשן דאטא, די ערשטע פלאפי דיסקס האבן געקענט האלטן בערך 175 קילאבייט און איז געווען אכט אינטשעס גרויס, וואס א בושה איז צילייגן א צוויי הונדערט זעקס אינפיפציג גיגאבייט מיקראָ עס-די קארטל נעבן א פלאפי דיסק,

אבער ווי א יאר עס גייט אריבער ווערט דער קאמפיוטער מער און מער פארגעשריטן, סיי די סי-פי-יו ווערט שנעלער און שנעלער, און רעם בנוסף צי וואס עס ווערט שנעלער לייגט מען אריין מער רעם, אין 2005 איז די עווערידש רעם געווען בערך 2 גיגאבייט און ס'איז געווען שטאטע רעם, בשעת היינט איז עס 8 גיגאבייט און די שנעלערע רעם, סקרין'ס ווערן קלארער און קלארער ווי א יאר, פון אומקלארע סקרינס איז עס געגאנגען צי קלארער דערנאך איז עס געגאנגען צי HD (high definition) דערנאך איז עס געגאנגען צי FHD (full HD) צו 2K און דערנאך ווי סהאלט היינט ביי 4K * מער איבער די סקרין שפעטער אינעם ארטיקל

אנפאנג ווען ס'איז ארויסגעקומען די ערשטע קאמפיוטער איז אויך ארויסגעקומען א לעפטאפ, אבער זארגט אייך נישט עס איז נישט געווען אזוי ווי היינט, עס האט געקענט טון זייער ווייניג זאכן אנטקעגן די דעסקטאפ פי-סי און האט געוואויגן איבער 30 פונט מינימום, אבער למעשה היינט איז די קאנסעפט נישט אזוי אמת עס זענען דא לעפטאפ'ס וואס זענען פונקט אזוי אדער נאך שנעלער ווי די דעסקטאפ, (פארשטייט זיך אז סוף כל סוף וועט די דעסקטאפ זיין שנעלער, אבער מען רעדט פון עווירעדזש)

אזוי ווי אסאך ווילן מסתם וויסן די פאַרטס פון א קאמפיוטער וואס איז וואס, און וואס עס טוט כדי צי וויסן וועלכע קאמפיוטער צי קויפן און אויף וואס צי קוקן, אדער סתם אזוי צי וויסן, וועל איך פרובירן אויסרעכענען רוב הויפט פאַרטס כדי צי ארויסהאבן בערך די קאמפיוטער,

ראש וראשון איז די פראסעסאר (processor) וואס דאס איז די וויכטיגסטע זאך פון די קאמפיוטער, אויף דעם זענען דא צוויי הויפט קאמפאניס (עס זענען דא אסאך מער וואס מאכן, אבער די צוויי זענען דא אין רוב קאמפיוטערס) וואס מאכן די פראסעסאר'ס די ערשטע איז אינטעל (Intel) און די צווייטע איז עי-עם-די (AMD) (געטס מיר א בעסערע וועג וויאזוי דאס צי שרייבן און אידיש...) אינטעל האט מער און שטערקערע פראסעסאר'ס און זייער פאָרטפאָליאָו בשעת עי-עם-די האט גוטע פראסעסאר'ס פאר נידריגע און מיטלגארטיגע קאמפיוטערס, אינטעל'ס הויפט פראסעסאר איז די קאור-סעריע (core-series) וואס באשטייט פון דריי אבות און צענדליגער תולדות עס איז דא די קאור איי-3, קאור איי-5, קאור איי-7, און פארשטייט זיך אז די איי-3 איז די שוואכסטע און די איי-7 איז די שטערקסטע, יעדע פון די פראסעסאר'ס למשל די איי-5 האט אליינס 34 מאדעלן, און אזוי איז די זעלבע ביי די איי-3 און איי-7, און יעדע פון די מאדעלן האבן א דור פון ווען מען האט אנגעפאנגען ארויסגעבן די פראסעסאר למשל די איי-סעריע האלט יעצט ביי די זיבעטע דור וועט איר זען שטיין זיבעטע דור קאור איי-7 (7th gen core I-7) וכו', דערנאך איז דא די Xeon סעריע, (וואס איך צימאל שטערקער און מען ניצט עס פאר סערווערס) די אטאם סעריע, (atom) און די פענטיאם סעריע, (pentium) און די סעלעראן סעריע (celeron) פאמיליע'ס פון פראסעסאר'ס, און זיי האבן אויך אבות און תולדות, דערנאך האט עי-עם-די זעקס פראסעסאר'ס פאר לעפטאפ'ס, די ערשטע און די די בעסטע איז די עי-עם-די עפ-עקס (FX) דערנאך איז די עי-12, די עי-10, די עי-9, די עי-6, די עי-2, דערנאך האבן זיי נאך א ליניע פון פראסעסאר'ס פאר דעסקטאפ'ס אויסער די עפ-עקס סעריע און די עי סעריע, האבן זיי פאר דעסקטאפ'ס נאך אפאר פראסעסאר'ס, די עטלאן סעריע (athlon) די סעמפראן סעריע (sempron) די עטלאן סעריע איז נאך די עפ-עקס סעריע און די סעמפראן איז נאך די עי סעריע, עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז ביי עי-עם-די טשיפ'ס קען צומאל אויך שטיין אז עס איז אן עי-פי-יו פראסעסאר וואס מיינט אז די סי-פי-יו און די גי-פי-יו (GPU) * מער איבער די גי-פי-יו שפעטער אינעם ארטיקל * זענען ציזאמען אויף איין פלאץ אנדערש ווי א רעגולערע טשיפ וואס האט די טיילן עקסטער, עקסטער איז יעצט ארויסגעקומען די נייע טשיפס פון עי-עם-די, און א דירעקטע קאמפטישיאן מיט אינטעל'ס קאור סעריע בפרט און מיט די אנדערע טשיפס בכלל, עס הײסט רייזען (RYZEN) און די לעוועלס זענען די זעלבע ווי די די קאור סעריע, עס איז דא די רייזען-3, רייזען-5, רייזען-7 יעדע פון די אלע איז פארשטייט זיך איינס בעסער פונעם צווייטן, איז נאר איבער געבליבן פאר אונז קאסטומערס די האפנונג אז קאמפיוטערס וועלן ביליגער ווערן ציליב די קאמפטישיאן, וויבאלד אינטעל האט נישט געהאט קיין שטארקע קאמפטישיאן ביז היינט וועט מען זען וואס עס וועט יעצט זיך אויסקאכן

ביי די טשיפ'ס איז דא א זייגער שנעלקייט (clock speed) ווי שנעל עס ארבעט און פארשטייט זיך אז א טייערערע/בעסערע טשיפ וועט לויפן שנעלער, עס וועט רוב מאל שטיין צוויי נומבערס איין נומבער איז די רעגולערע שנעלקייט פונעם קאמפיוטער, און די צווייטע איז די שנעלקייט וואס דער קאמפיוטער קען ארויפגיין צי פארענדיגן געוויסע טעסק'ס וואס פארלאנגט מער כח, צי פארשטיין וואס די זייגער שנעלקייט כלפי א קאמפיוטער נעמט למשל א בלענדער וואס איר האט אינדערהיים איז ווי שנעלער ס'קען צעמאלן וועט זיך ווענדן ווי שנעל ס'קען זיך דרייען, פארשטייט זיך אז פאר סקוואש און טאמאטעס וועט עס צעמאלן אין סעקונדן אבער פאר הארטע מייערן אדער פאפרוינענע פרוכט וועט זיך עס מער מוטשען, די זעלבע איז מיטן פראסעסאר,


דערנאך איז דא אינעם סי-פי-יו קאור'ס (cores) וואס טייטש בערך א שורש, אבער עס מיינט נישט פונקטליך א שורש, עס מיינט מער די הויפט, (לאמיר עס אנקוקן אזוי ווי א האנט, און ווי מער הענט אלץ מער זאכן קען מען ריקן אויף איין מאל) די קאור מאכט אלע חשבונות פון די קאמפיוטער, אין קורצן יעדע זאך וואס עס געשעט אויפן קאמפיוטער ווערט געפראסעסעסט דורך די קאור'ס, ממילא איז ווי מער קאור'ס אלץ בעסער/שנעלער וועט דער קאמפיוטער ארבייטן, פארשטייט זיך אז מען דארף נישט האבן צוואנציג קאור'ס, לדוגמא, די איי-3 האט צוויי קאור'ס די איי-5 האט פיר קאור'ס און די איי-7 האט פון פיר קאור'ס ביז אכט קאור'ס, מער קאור'ס וועט נישט אלעמאל זיין בעסער ווייל די סאפטווער דארף אויכעט זיין אויסגעשטעלט דערפאר, דאס מיינט אז עס דארף קענען צוטיילן די ארבייט אויף חלקים און יעדע קאור זאל קעיר נעמען פון זיין חלק, לדוגמא א מענטש וויל פראסעסירן ארדערס, אויב האט ער פיר באקסעס צי דעליווערן, וועט עם נישט העלפן אויב ער וועט האבן אכט מענטשן, די בחינה איז אויכעט שייך ביי א קאמפיוטער, (עס זענען שוין דא סמארטפאון'ס מיט צען קאור'ס...),

דערנאך קומט די טרעד (thread) וואס דאס איז א חלק פון די קאור וואס אנשטאט אריינלייגן נאך א קאור האט אינטעל געניצט די סאפטווער צי צעטיילן איין קאור אז עס זאל קענען טון צוויי פונקציעס אויף איין מאל (אויכעט ווערט עס אנגערופן א לאגיקעל קאור) ממילא האט מען זיך פארשפאָרט פון אריינלייגן נאך קאור'ס, בקיצור יעדע קאור פון א אינטעל פראסעסאר האט צוויי טרעד'ס וואס וועט דינען ווי נאך א קאור, די טעכנעלאגיע רופט אינטעל אן הייפער טרעדינג.

דערנאך קומט די קעש (cache) עס זענען דא דריי קעש קאמפארטמענטס אויפן סי-פי-יו, עס ווערט גערופן על-1 על-2 על-3 די ערשטע קאמפארטמענט האט זייער ווייניג מעמארי אבער עס איז זייער שנעל, די צווייטע האט מער מעמארי אבער עס איז שטאטער, און די דריטע האט נאך מעמארי אבער איר איז נאך שטאטער, עס איז אויסגעשטעלט א פייל וואס דארף ווערן געפראסעסט ווי למשל א ווידעא וואס דארף ווערן געשפילט דורכ'ן קאמפיוטער וועט עס נישט אריינלאָודן די די גאנצע ווידעא פונעם רעם צי די קעש, וויבאלד אויב די קעש וועט ווערן אנגעפילט וועט דאך די קאמפיוטער נישט קענען טון די אנדערע פונקציעס ממילא ווערט עס איינגעטיילט אין די דריי, א אנדערע וועג עס מסביר צי זיין נעמט א עסן פראסעסאר פון אינדערהיים ווען איר ווילט צעמאלן א פאטעטא די לעצטע דריטל פון לאך פון די דעקל מאכט פון ווי משטופט אריין די פאטעטא ווערט אנגערופן אין קאמפיוטער שפראך על-1 אביסל ארויפציר איז על-2 וכו' , סא ווען די ערשטע חלק ווערט ליידיג קומט אריין די נעבן דעם באנוצער בדרך כלל פון וויפיל איך האב ארומגעקוקט האט על-1 קעש 32 קילאבייט מעמארי צומאל האט עס אפאר מאל 32 קילאבייט, על-2 האט שוין 256 קילאבייט, און על-3 האט שוין 4 מעגאבייט און ארויף.

מיט דעם איז די נושא פון די פראסעסאר בערך געדעקט, יעצט אריבער צי די רעם, רעם איז א ריזיגע חלק פון די קאמפיוטער, אבער וואס איז דאס? יעדע מאל מען געט א דרוק אויף א פראגרעם עס זאל זיך עפענען דויערט עס עפעס צייט ביי עלטערע קאמפיוטער דויערט עס צומאל אסאך מער צייט איז דעמאלטס טרענספערט די קאמפיוטער די דאטא פון די פראגרעם פון די סטארעדש צי די רעם און דאס געדויערט צייט, וויבאלד די סטארעדש איז צי שטייט פאר די פראסעסאר צי קאמיוניקירן מיט, מיז מען האבן רעם דערפאר, למשל אז איר ווילט שפילן א ניגון קען נישט דער פראסעסאר נעמען די ניגון פון די האַרד דרייוו ביי וויבאלד צי קאפיען פון די האַרד דרייוו איז נישט אזוי שנעל וועט אויסקומען אז וועט זיין אגאנצן צייט דילעי'ס (delays) צי די סאונד פונעם ניגון ווייל עס איז נישט אוועילעבעל ווייל עס איז ביזי עס אריבער צי שרייבן צי די פראסעסאר דערפאר וועט עס נעמען למשל א האלבע טרעק און עס קאפיען צי די רעם און די רעם וועט האלטן אין איין געבן די דאטא פארן פראסעסאר, און ווען נעמען די אנדערע האלב כפי הצורך, אזוי אויכעט למשל ווען איר שרייבט אויף ווארד (word) ווען די אינפארמאציע זיין אין רעם כדי איר זאלט קענען מעקן און שרייבן שנעל און אן קיין דילעי, ווען איר ענדיגט סעיווט איר עס אריין אין האַרד דרייוו (און ארויס פון רעם) יעצט אין רעם אליינס איז אויך דא אסאך מינע אויסער די אויפקומענדיגע טעכנאלאגיעס ניצט מען אבער נאר איין מין בדרך כלל, אבער אין די טייפ איז אויך נייערערע אין עלטערע, די נייעסטע וואס ס'איז דא היינט איז די-די-אר-4 וואס ווערט אריינגעלייגט אין רוב נייערע אין טייערערע קאמפיוטערס און די עלטערע די-די-אר-3 וואס ליגט אין רוב עלטערע און ביליגערע קאמפיוטערס, ממילא ווען איר קויפט א קאמפיוטער קוקט אויפן לעביל צי ס'איז די נייערע ווייל דאס מאכט זייער אסאך אויס, מען און די-די-אר 3, אדער די-די-אר 4 איז אויכעט דא א חילוק און די שנעלקייט, עס מעסט זיך אין MHz און ווי א העכערע נאמבער אלץ שנעלער איז עס, למשל, רוב די-די-אר 3 איז 1600 MHz און די די-די-אר 4 הייבט זיך אן ביי 2133 MHz איז ווי געשמועסט איז די העכערע נומבער שנעלער און דאס איז אויכעט וואס מען דארף קוקען אויף.

דערנאך קומט די סטארעדש, עס איז שוין דא אסאך נייערע מינע סטארעדש וואס ווערט שוין באניצט כהיום, די עלטערע סטארעדש הײסט עיטש-די-די און די נייערע הייסט עס-עס-די, א עיטש-די-די איז מעכאנישע דיסק אזויווי א סי-די וואס דרייט זיך, (אזוי ווי די ערשטערע אייפאדס פלעגט מען פילן ווי עפעס דרייט זיך ווען מ'פלעגט עפעס אנפאנגען שפילן, אזוי אויך ווען מען צינדט אן א קאמפיוטער פילט מען אז עפעס פאנגט זיך אן דרייען) און ניצט מער לעקטער און איז אויכעט א סאך שטאטער, און אױכעט ביי די עיטש-די-די ווענדט זיך זיך עס ווי שנעל עס דרייט זיך דערפאר וועט מען זיין שטיין 4200 אר-פי-עם און ארויף, די סטאנדארט איז היינט 5400 אר-פי-עם, אבער עס איז אויכעט דא שנעלער, און דאס איז די 7200 אר-פי-עם, אבער די עס-עס-די איז שנעלער ווי די שנעלסטע עיטש-די-די אפילו פון 10000 אר-פי-עם, אבער די פרייז פון א עס-עס-די איז אסטראנאמיש און עס איז כמעט נישט דא א לעפטאפ אינטער $1500 וואס האט א טעראבייט סטארעזש, אבער עס איז היינט דא אסאך לעפטאפס וואס האבן א טעראבייט סטארעזש און 256 גיגאבייט עס-עס-די סטארעזש וואס איז א גוטע אויסוואל אויב געלט איז די פראבלעם. אויכעט האט די עיטש-די-די א פראבלעם מיט די מאטאר ווען עס ווערט עלטער שאפט זיך פראבלעמען אז די מאטאר שטארבט און די דיסק אינעם האַרד דרייוו דרייט זיך נישט, וואס איז אבער פיקסבאר דורך עס אריינגעבן צי פיקסן, און ער טוישט די מאטאר.
לגבי די שנעלקייט פון די האַרד דרייוו וועט זיך עס אויך אסאך ווענדן וויאזוי די האַרד דרייוו איז קאנעקטעט צי די מאטערבאורד, עס איז דא דריי קאנעקשינס וואס ווערט באניצט היינט צי פארבינדן די האַרד דרייוו, די ערשטע וואס אלע אלטע ניצן איז סאטא (sata) וואס קאנעקט די האַרד דרייוו דורך א ווייער וואס פארשטייט זיך איז שטאט דעריבער איז דא היינט די פי-סי-איי-אי (PCIe) קאנעקשיאן וואס לייגט ארויף די האַרד דרייוו גלייך אויפן מאטערבאורד דערנאך איז דא די אנדערע סטאנדארט אויכעט שנעלער פון סאטא עס הייסט עם-וי-ענ-אי (MVNe) לגבי די עס-עס-די איז דא נאך א מין וואס הייסט עם.2 (M.2) איז דאס איז א עס-עס-די וואס פארבינד זיך צי די באורד בעסער ווי די געהעריגע עס-עס-די, עס איז דא נאך אפאר סטארדארטן אבער איז נאכנישט אריינגעכאפט אינעם מארקעט. בקיצור עס לוינט צי קויפן א עס-עס-די איבער א עיטש-די-די אבער פון די אנדערע זייט וועט זיך עס אויכעט ווענדן וויאזוי עס איז פארבינדן צי די קאמפיוטער.

דערנאך קומט די סקרין וואס איז א גרויסע חלק פון די קאמפיוטער כ'מיין ווער וויל נישט די קלארסטע סקרין?! אבער פאר א פאר יאר צירוק איז א עיטש-די פאנעל פאר א קאמפיוטער/לעפטאפ כמעט נישט געווען בנמצא, אבער צי די קרעדיט פון די סמארטפאונס איז מיט די צייט די קלארקייט פון וואס אלע סקרינס קלארער געווארן, און ס'איז שוין דא היינט 4-קעי לעפטאפס וואס ביז צוויי דריי יאר וועט דאס זיין די סטענדערט איז לאמיר אראפלייגן די טערמינען צי פארשטיין וואס איז וואס, יעדער ווייסט אז א סקרין באשטייט פון פיקסעלס דאס איז קליינע פינטלעך וואס אסאך פון זיי צוזאמען זענען זיי אינזער גרויסע סקרין, איז די נומבער 1080×720 מיינט די נומבער פון די פיקסעלס פון די לענג אנקעגן די ברייט, די 1080×720 איז א עיטש-די סקרין, א 1080×1920 איז א עף-עיטש-די וואס מיינט כפשוטו פול עיטש די, דערנאך קומט די 2-קעי סקרין וואס איז 2560×1440 , דערנאך קומט די 4-קעי סקרין וואס איז 3840×2160 וואס איז די קלארסטע וואס איז אוועילעבעל פאר א לעפטאפ/קאמפיוטער, אויב האט איר די געלט קויפט א 4-קעי איר וועט נישט חרטה האבן...

דאס בערך דעקט די גאר טעכנישע חלקים פונעם קאמפיוטער, איך האף אז איר וועט שוין קענען אליינס קויפן א קאמפיוטער אדער כאטש וויסן וואס איר ווילט האבן, די ארטיקל דעקט נישט די גרעפיק פראסעסאר וויבאלד דאס דעקט אויך נישט געמינג לעפטאפס און ביי אונז איז דאס נישט אריינגעכאפט, עס איז דא געמינג לעפטאפס וואס איז א נושא פאר זיך,
לעב אין לאז לעבן.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר