cookies, sessions and URL propagation

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

cookies, sessions and URL propagation

שליחה דורך טאמבל סאס »

סתם, כ'האב אזוי געטראכט אז אזוי ווי נישט אלע ווייסן וואס די זאכן זענען, און ס'קען אמאל ארויסקומען גרויסע מכשולים פון נישט וויסן אבער פון למשל לייגן א סטיגמע אויף די סארט ענינים וואלט כדאי געווען אבי נאר אויפ'ן שפיץ פינגער זאגן עטליכע נקודות פון וואס איך מיין/ווייס.

ביי דיפאולט, איז אן http קאנעקשאן סטעטילעס, אדער סטאטוס-לאז ווי מ'זאגט אין סענס סטריט. דאס הייסט אז א וועב פעידזש וואלט נישט געברויכט געדענקען ווער איר זענט און די דאטא איר האט אריינגעלייגט אין א פארום (עלעקטעראניק אפליקאציע) למשל, לעצטע מאל איר האט אים באזוכט.

מה עשה הקב"ה, ער האט געשיקט קוקיס. וואס מיט זייער הילף קען דער סערווער קריגן מעמארי, געדענקען ווער דו ביסט, וואספארא אויסלייג, פארמאט, קאליר דו האסט ליב דיין פעידזש צוזיין אין, דיין ביהעיוויער אויף די וועבסייט, וואו דו גייסט ווסערע פאנקשינאליטי דו נוצט, דיין נאמען, עידזש און בעיסיקי אלעס וואס דו האסט אריינגלייגט אין די פילדס, ווען דו האסט אויסגעפילט זייערע פארום לעצטע מאל (למשל אויב דו קויפסט עפעס אדער סיי וועלכע אינטערעקשאן/דו מאכסט מיט די סייט וואס אינוואלווד קוועטשן א באטטאן אדער א לינק, און נאך אסאך אנדערע באהאלטענע פילדס וואס האט בשעת ווען דו האסט געקוועטשט סובמיט, אויך זיי געלאזט וויסן א באנטש מיט טעכנישע אינפארמאציע איבער דיין בראוזער סעטינגס, מאשין דו נוצט, וועלכע לינק ס'האט דיך אהערגעשיקט און נאך. אבער וויכטיג צו געדענקען א מינוט די פראסטרעישן וואס מען האט ווען די פארום רילאדוט גענצליך יעדע מאל דו מאכסט א טעות און געדענקט גארנישט פון די אנדערע קארעקט אינפארמאציע, אדער דאס אז דו דארפסט יעדע מאל ריפרעשן נאכאמאל די פעידזש, אפילו אויב אויף די אנדערע פעידזש, אין די זעלבע סייט, האסטו שוין אריינגעסיינט. די אלע עגמת נפש איז עוואוידעד דורך קוקיס און url פראפאגעישאן.

ס'איז אבער וויכטיג צו וויסן די ריסקס וואס קומט מיט זיי און ווי אזוי זיך צו היטן פון שלעכטע מענטשן וואס זוכן צו נישטערן אין דיינע פריוואטע געשעפטן, ספעציעל מיט סעשאנס, און ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט אז רייט-קליק זאגט דיך נישט אלעמאל וואס ס'גייט פאר אונטערן באנעט, ווייל די געדאנק פון php איז אז ס'באהאלט די קאוד וואס קומט צוריק פון די סערווער צו דיין בראוזער און ס'לאזט דיך נאר זען אזעלכע קאוד וואס ליגט איינגעמיירעט אין html עלעמענטס.

צו זען ווי אזוי קוקיס ארבעט, לאמיר א מינוט זען וואס ס'געשעט ווען איר hit (שלאגט) אויף א וועב פעידזש, דאס מיינט איר לייגט אריין אין די וועב בראוזער http פראטאקאל//:דאמעין נאמען (די וועב סערווער אדער טעלעפאן נאמבער פון די פייל קעבינעט אין וואנעט די דאקומענטן וואס דו ווילסט לייענען ליגן/פאלדער טרי (ווי א יחוס בוים להבדיל אדער ווי די שאפעס-שופלאדן-פיילס אין די פייל קעבינעט)/נאמען פון די פעידזש.php (ווי למשל myWordDocument.docx אזוי איז אויך דא .php - אזא ענדונג.

ווער ס'קען זאל פארברייטערן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
רעאגיר