נייעס פון "עפל"

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

נייעס פון "עפל"

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 9:38 am

די שפעקולאציעס איבער עפל'ס קומענדיגן אייפאון 5 גייען אן אויף די העכסטע טעמפא. עס איז ערווארטעט אז עפל וועט מעלדן איבער דעם טעלעפאן אום סעפטעמבער 12, און אז עס וועט שוין זיין צו קויפן סוף סעפטעמבער אדער אנפאנג אקאטאבער.

באריכטן געבן איבער אז דער "דאק קאנעקטאר", וואס איז ביז היינט געווען זייער ברייט (30 פין) וועט ווערן היבש שמאלער (19 פין), אדער אפשר גאר זייער שמאל (8 פין). 
http://news.cnet.com/8301-13579_3-57485 ... ys-report/

נאך א באריכט ווייסט צו דערציילן אז שארפ שיקט שוין ארויס דעם סקרין פאר דעם נייעם אייפאון. דער סקרין וועט זיין גרעסער ווי ביז יעצט, אזוי אויך וועט זיין א שנעלערער טשיפ, און iOS 6. 
http://content.usatoday.com/communities ... BqBnGt5mSM
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3853 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 9:47 am

אינטרעסאנט, סעמסאנג פלעגט מאכן די סקרינס פאר עפל, זיי נעמען זייער ביזנעס צו שארפ?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7648 מאל

הודעהדורך פיינע קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:46 am

ווילאנג עפל וועט נישט לאזן אריינלייגן sd קארדס האבן זיי א פראבלעם. סעמסאנג מאכט היינט צו טאג די בעסטע טעלעפונען ווי מען קען זיך אליין צוקויפן א בעטערי און לייגן נאך מעמארי. וואס זאגט דער עולם?
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

הודעהדורך משה געציל » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 8:34 pm

לויט א פארבס באריכט שפעקלירן אנאליסטן אז עפל פלאנט צו ספליטען זייער שעירס (דאס הייסט אז א יעדע שעיר וועט צוטיילט ווערן אין קלענערע חלקים), אזוי ארום וועט זייער שעירס ווערן ביליגער און זייער שעירס וועלן געהאנדלט ווערן אויפן דאו.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2766 מאל

הודעהדורך באמת » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:17 pm

דע וואך זענען זיי איבערגשטיגען צי די ווירטפילסטע אין די וועלט
ווי לאנג וועט די באבעל אנהאלטען?
באמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:29 pm

באמת האט געשריבן:דע וואך זענען זיי איבערגשטיגען צי די ווירטפילסטע אין די וועלט
ווי לאנג וועט די באבעל אנהאלטען?

דאס איז א הוילע שקר אויפגעבלאזן ארויס פון יעדע פארפארציע ביי די מידיע. די איז א ציטאט אין פארבס וואס רוב נייעס אגענטורן האבן נישט געטראפן פאר וויכטיג צו זאגן.

Apple’s achievement does not take into account inflation, however, and Microsoft was considerably more valuable on an inflation-adjusted basis in December 1999. In inflation-adjusted dollars, Microsoft’s market-cap reached a high of around $850 billion. The company now has a market-cap of about $257 billion.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7648 מאל

הודעהדורך טראכט » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:50 pm

פיינע קאווע האט געשריבן:ווילאנג עפל וועט נישט לאזן אריינלייגן sd קארדס האבן זיי א פראבלעם. סעמסאנג מאכט היינט צו טאג די בעסטע טעלעפונען ווי מען קען זיך אליין צוקויפן א בעטערי און לייגן נאך מעמארי. וואס זאגט דער עולם?

עס איז נישט אז זיי קענען דאס נישט באווייזן, נאר זיי האלטן עס נישט ביים צישטעלן, זיי ווילן די זאלסט זיין געקניפט און געבינדן מיט זיי אויף טריט און שריט וואס די ווילסט טון מיטן פאון. און דאס איז טאקע איינע פין די הויפט סיבות פארוואס איך האב נישט גענומען קיין איי פאון, אבער זעט זיך אויס אז עס איז פארהאן צענדליגער מיליאן מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי אינז, און זענען יא גרייט מוותר צו זיין אויף די אלע מעלות וואס ענדרויד שטעלט צי און סטיקן צו עפל,
אגב איך זע נישט די גרויסע פארשריט פין האבן א קלענערע טשארזשער קעבל
טראכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך טראכט » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:00 pm

איך האב לעצטענס געליינט, אז פאר יעדע איי פאון 4 וואס איז פארקויפט געווארן אין די לעצטע פאר חדשים, איז פארקויפט געווארן 4 ענדרוידס דערקעגן.
עס איז נישט דא וואס צו רעדן, ענדרויד האט שטארק צוקלאפט עפלען מיטן נייע געלעקסי, און זיי האפן עס צוריקצובאקומען מיטן נייעם איי פאון.
טראכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:26 am

עפעל האט געווינען!
סעמסאנג דארף באצאלן פאר עפעל 1.05 בּיליאן דאללער, פאר נאכמאכן זייער טעקנאלאדזשי.

http://www.vosizneias.com/112360/2012/0 ... atent-case
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5447 מאל

הודעהדורך דעינעש » זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:04 am

ראשעקאל האט געשריבן:עפעל האט געווינען!

וואס האסטע געמיינט..!?!.
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:03 am

אבער מ׳גייט נאך אפיעלן
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15418
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18825 מאל

הודעהדורך נחום » זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:22 am

איז שוין דער גאלאקסי 3 אויסגעשפילט אדער סאמסאנג קען נאך מאכען אפאר קליינע טשיינדזשעס און ווייטער ממשיך זיין?
נחום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:05 pm

שוין גארנישט אויסגעשפיעלט, בעיסיקלי האט די קאורט גע'פסק'נט אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל, נאר פאר האלב די פרייז.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7648 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:59 pm

יעצט גרייט מען זיך צום נייעם אייפאון און מיני אייפעד. די חברה טענה'ען אז סעפטעמבער 12 קומט די נייע אייפאון און אין אקטאבער קומט די מיני אייפעד.
http://www.pcworld.com/article/261459/i ... ts_up.html

א בילד ווי אזוי מ'טראכט אז די מיני פעד גייט אויסזעהן
בילד
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5447 מאל

הודעהדורך נחום » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:28 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:שוין גארנישט אויסגעשפיעלט, בעיסיקלי האט די קאורט גע'פסק'נט אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל, נאר פאר האלב די פרייז.


אבער אז אין סעפטעמבער קימט ארויס דער נייער אייפאן וועט דאך דער איצטיקער עפל פאלען אויף האלב פרייז, איז וואס וועט דענסטמאל זיין דער חילק צווישען זיי?
נחום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:34 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:שוין גארנישט אויסגעשפיעלט, בעיסיקלי האט די קאורט גע'פסק'נט אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל, נאר פאר האלב די פרייז.


וואס מיינט דאס?
איך האב פארשטאנען אז סעמסאנג דארף באצאלן אן אפותיקי פאר עפל, ותו לא מידי.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15418
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18825 מאל

הודעהדורך דבילה » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:48 pm

למעשה איז דא א מעגליכקייט אז דער ריכטער זאל אסר'ן רוב פארגערשריטענע כלים פון סעמסאנג. אויב געשעט דאס ביניך פולשטענדיק מסכים מיט דעם מאמר פונ'ם סעמסאנג פארשטייער - דער אמעריקאנער קאנסומער איז דער גרעסטער פארלירער פון דעם פסק.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 636 מאל

וואס די עפל-סעמסאנג רולינג האט אויפגעטוהן

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm

איך האב געליינט א גוגל פלוס פאוסט איש מפי איש פון ענריקעי גוטיערעז, א פאטאגראפער-בלאגער, ער שרייבט אזוי.

איי קענט מעיק דיס סטאף אפ

איך שטיי מיר אזוי אין קאווע שטיבל, עהם סטארבאקס, און איך ווארט אויפן ליין צו ווערן סערווירט מיין קאווע, זע איך ווי צוויי חבירים באטראכטן א צייטונג מיט די עפל-סעמסאנג העדליין און אט איז זייער שמועס:
ברוך: ווארט א מינוט, סא זיי מיינען צו זאגן אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל?
בערל: איך ווייס, מאכט מיר טראכטן צוויי מאל אויף וויפיל כ'האב געצאלט פאר מיין מעק-בוק.
ברוך:ערענסט גערעדט, התורה חסה על ממונם... (דאס האב איך שוין צוגעלייגט)

נאך אפאר מינוט, מאן און ווייב קומען אריין, די זעלבע צייטונג:

מאן: סעמסאנג'ס אייפעד איז די זעלבע ווי עפל'ס אייפעד, און איך האב געצאלט ממון ודמים פאר מיין עפל? האני, איך האב דיר געזאגט ס'איז א ריפ-אף (געשוואלענעם פרייז).
ווייב: "אה וואו!" קוקענדיג אויפן סעמסאנג סקרין, "...יענץ איז אזוי סאך ביליגער, מיינסט מיר קענען צוריק געבען די עפל און קויפן א סעמסאנג אנשטאט?

איך לייג מיין סעמסאנג לעפטאפ QX410 אויפן טיש און הייב אן צו ארבעטען און דער מאן בייגט זיך איבער צו מיר, "סארי, ס'גייט דיר נישט אן אויב איך פרעג דיר וויפיל דו האסט געצאלט פאר דעם סעמסאנג לעפטאפ?"

"קיין פראבלעם, זיבען הונדערט טאלער" האב איך געענטפערט.

איך זע ווי א שאק נעמט עם איבער, אן אומגלויבליכע מינע האט זיך אויסגעצויגן אוין זיין בלאסן פנים, ער קוקט מיר אן מיט א ווערטערלאזן בליק פאר א גוטע פאר סקונדען, "איך קען דאס אפשר באטראכטן?" פרעגט ער.

"אוודאי געוויס!" זאך איך מיט א זיכערקייט, ארום דרייענדיג די סקרין צום געפלעטן פארפאלק, איך הייב עם אן ארום צו ווייזן, עפעס האט ער זיך אנגערופן וועגן ווינדאוס 7 האב איך ביז אפאר סקונדעס געהאט א וויטואל מאשין מיט OSX, ווען ער האט געפארטיגט מיט מיר האט אויסגעזען ווי ער וויל שטויסן סטיוו דזשאבס אין די ביצים.

...יעצט די פאנטשליין:

איך שרייב די שורות נאך די פערדע גרופע סטארבאקס קונדן זענען געקומען צו די מסקנה אז סעמסאנג איז די זעלבע ווי עפל, זיי ווייסן נישט קיין פרטים, און ס'גייט זיי קיין סאך נישט אן, וואס זיי ווייסן יא איז אז עפל זאגט אז סעמסאנג איז פונקט אזוי גוט ווי עפל... און מיט איין נישטיגע גיגול (מלשון מגגל זיין) זעסטו אז די פרייזן זענען בערך האלב ווי עפל'ס פאר די זעלבע פראדוקטן פאר כמעט אלעס.

צוויי פון די גרופעס האבן מיר געפרעגט וועגן מיין סעמסאנג לעפטאפ, די אנדערע צוויי האבן באמערקט מיין סעמסאנג געלעקסי פאון. אין צוויי ווערטער, דאס איז די בעסטע ביליאן דאלערדיגע עד קאמפיין וואס סעמסאנג וואלט געקענט מאכן.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7648 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:54 pm

זעהט אויס ווי די ענדרויד פענס ווילען זיך בארואיגען מיט דעם.

מיינסט טאקע אז זיי ווערט די ביליאן דאלער עד?

בלית ברירה נעמט מען עס אהן אזוי.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1097 מאל

מים גנובים ימתקו

הודעהדורך נחום » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:19 pm

ידען האט געשריבן:זעהט אויס ווי די ענדרויד פענס ווילען זיך בארואיגען מיט דעם.

מיינסט טאקע אז זיי ווערט די ביליאן דאלער עד?

בלית ברירה נעמט מען עס אהן אזוי.



לכתכילה זיכט קינער נישט קיין צרות אבער צים סוף זעט מען אסאך מאל אז פארקערט"גם זו לטובה"

אזוי ווי די איסורים אויף ליפע שמעלצער האט עם נאר געמאכט נאך מער פאפולער און אזוי אויך מיט דעם פראביר צי אסר'ן דעם אינטערנעט.
נחום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:37 am

וואס גייט די נייע אייפאון האבען?
עקספערן זאגען אז עס גייט האבן א גרעסער סקרין , גייט זיין דינער, און גייט האבן א גרעסערע בעטערי. אויך וועט עס מסתמא האבן LTE סאפארט.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5447 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:56 am

נייע עירפאון׳ס פאר אייפאון פייוו
http://news.cnet.com/8301-13579_3-57504 ... -iphone-5/
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5447 מאל

הודעהדורך העי נאו » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:35 am

סעמסאנג סטראשעט אז זיי גייען סויען עפל אויב די נייע אייפאן גייט האבען. LTE
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
העי נאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:45 am

מקור?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15418
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18825 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:14 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:מקור?

lmgtfy.com/?q=samsung+sue+apple+lte
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7648 מאל

נעקסט

גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט