דורך אישתישבי » זונטאג יאנואר 12, 2020 1:08 am
פארוואס אלל אין וואן?
זיי האבן א חסרון אז עס איז שווערער צו פארעכטן.
כדי די קאמפיוטערס זאלען ארבעטען שנעל, קענט איר נישט גיין אונטער איי סעווען מיט סס"ד דרייווס. סקרינס לכל הפחות זיבן און צוואנציג אינטש.
טאמער די קויפסט פירמע קאמפיוטערס מיט א גאראנטי, מאך זיכער אז עס טוט אינקלודען אז זיי קומען אראפ פאררעכטן.
טאמער גייט איר האבן מענטשן וואס גייען וועלען טוהן שווערע ארבעט אזוי ווי גראפיקס, דארפט איר האבן נאך שנעלערע קאמפיוטערס, אויך אויב גייט איר האבן בחורים וואס קומען שפילען העווי געימס, איז אמ"ד די ביליגסטע, און א קאמפיוטער וואס קען דערהייבען די געימס קאסטען בערך צוויי אלפים ווען מען בויט עס אליין, צו קויפן גרייט איז עס פיל מער.
אויף דעם שאלה אױב עס ברענגט געלט, גוטע שאלה, פרעגט איינער וואס האט שוין אזא געשעפט. קיין גרויסע גביר ווערט מען נישט פין דעם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!