פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

רוב פילטער'ס ארבעטן אז די פילטער קאמפעני אינסטאלירט זייער פראגראם וועלכע סעט אויף א VPN אויף אייער דעווייס וואס צווינגט אלע אינטערנעט טרעפיק דורכצוגיין זייער אײגענע סערווערס און דארט בלאקירן זיי געוויסע קאטעגאריעס.
די חיסרון:
עס איז טייער זינט זיי דארפן אויפהאלטן טייערע סערווערס און צאלן אסאך "בענדוויט" (ווייל יעדע סוירטש גייט צו זיי, דערנאך צו די געזוכטע סייט, דאן צוריק צו זיי, און צום לעצט צוריק צו אייך - דאפעלט פון א דעווייס אן א VPN)
און אויך איז עס 'אביסל' שטייטער, און קען צומאל מאכן פראבלעמען ווען / אויב די סערווער איז איבערגעשטרענגט. אבער פארפאלן עס איז נאך אלס די בעסטע סאלושען.

געווען אמאל געוויסע פילטערס (די מערסטע באקאנטע K9) וועלכע האבן געארבייט מיט Hosts פיילס. ד.ה. יעדע מאל פאר עפעס ווערט גע'סוירטשט טוט די דעווייס געבן א לויף דורך א Hosts פייל - וועלכע איז אינ'ם סיסטעם זעלבסט - צו זען אויב די פארלאנגטע סייט האט געוויסע רעסטריקשען'ס מטעם די דעווייס (אפערעיטינג סיסטעם).
די פילטערס האבן צוגעשריבן צו די Hosts פיילס פונעם דעווייס א ליסטע פון אומאיידעלע און שעדליכע סייט'ס אז די סייט'ס דארפן ווערן בלאקירט.
די חסרון:
איז אז עס האט געקענט נעמען אן איבעריגע סעקונדע פאר א סוירטש איז דורכגעגאנגען ווייל די סיסטעם האט געדארפט אדורכלויפן מיליאנען סייט'ס (אויף היינטיגע שנעלע דעווייסעס איז עס שוין נישט נוגע), אויך איז זייער גרינג צו מאניפולירן די Hosts פייל (פארדעם איז K9 גארנישט ווערט געווען) [די מעלה איז אבער געווען אז איינמאל די סוירטש איז דורכגעגאנגען, איז די קאנקעשן געווען די שנעלסטע מעגליך פונקט ווי אן א פילטער].
(נַ.ב. רוב עדווערטייזמענט בלאקירער 'עפפס' למשל [Blokada ארבעטן אזוי)




די לעצטע פאר יאר איז ארויפגעקומען א פרישע וועג צו בלאקירן געוויסע סייט'ס.
הקדמה:
יעדע דעווייס פארבינדן מיט'ן אינטערנעט האט אן IP address און ווען א דעווייס וויל זיך קאנעקטן מיט אן אנדערע דעווייס למשל א סערווער, מיז ער וויסן יענעם'ס IP אדרעס. אבער היות עס איז נישט גרינג צו געדענקן IP אדרעסן (וועלכע זענען פיר סעטס פון נומערן צום ביישפיל 156.78.0.53) ווי אויך זענען איי פי אדרעסן געגעבן דורך אן אויטאריטעט און מען האט נישט קיין בעלות דערויף און קען זיך גרינג טוישן אויב טוישט מען לאקאציע אדער אנדערע סיבות.

דעריבער איז מען אויפגעקומען מיט א סיסטעם וואס רופט זיך Domain Name Server אין קורצן DNS, די געדאנק איז אז מען קען נוצן א נאמען ווי Google.com און עס פארבינדן מיט אן איי פי,
און ווען איך סוירטש א סייט מיט א נאמען (דאמעין) - אנשטאט אן איי פי - גייט די סוירטש אריבער צו א DNS וואס איז ווי א טעלעפאן ביך, און זיי דירעקטירן מיך צו די ריכטיגע איי פי.

איז מען אויפגעקומען אז מ'קען פשוט "נישט" אריינלייגן געוויסע סייט'ס אינעם DNS, און אזוי בלאקירן אומגעוואונטשענע סייטס!
די מעלה איז אז עס מאכט גארנישט שטייטער, נישט די אינטערנעט און נישט די דעווייס!!!!!
נישט נאר דאס נאר אין אסאך פעלער וועט עס גאר עטוואס פארשנעלערן די סוירטש!!!!! (ווייל די דיפאולט DNS, איז פונעם ISP וועלכע איז נישט די שנעלסטע און טוט צוזאמנעמען אינפארמאציע צו פארקויפן)

די חסרון:
דאס וועט נישט ארבעטן אויב מען פארבינד זיך דירעקט מיט'ן איי פי (וואס רוב עפפס פון ספעציפישע קאמפאניס טוען). ווי אויך קען מען עס גרינג אראפנעמען איינמאל מען ווייסט דאס, מ'קען עס ניצן מיט אן עפפ לאקער (app locker) אבער עס איז נישט אזוי עפעקטיוו.

אויבן אויף איז עס גאר ווירקזאם און גוט ספעציעל עס צו מאכן מיט 'אנדערע' מענטש'ןס דעווייסעס (ווייב וכד'), אבער עס איז זיכער נישט אזוי גוט ווי די געהעריגע פילטערס.
עס ארבעט אבער גאר גוט אויף ראוטערס (און דארט איז עס פארשפארט אונטער א פעסווארד) ממילא איז עס ראטזאם צו אויפסעטן אויפ'ן היים / ארבעט ראוטער.

לסיכום:
-עס איז גאר גוט אויף ראוטערס
-גוט אויף דעסקטאפ
-מ'קען עס ניצן אויף מאבייל (בעיקר אנדרויד - אייפון איז עפל רעסטריקשען'ס די בעסטע) אבער עס איז זייער גרינג צו טוישן די סעטינגס.

די בעסטע צו נוצן איז קלין בראוזינג,
(זעט וויאזוי עס צו אינסטאלירן אויף זייער סייט)
https://cleanbrowsing.org/
Routers
Windows
MacOS
Android
iPhone
Linux
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר