טיק טאק

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

טיק טאק

שליחה דורך טיכטיגער »

אין א פארגעשריטענע שנעלע אינטערנעט וועלט אין וואס מיר לעבן אין, ווען סמארט-פאונס און עפפס בפרט סאושעל-מידיע עפפס - ספעציעל אזעלכע עפפס ווי וואטסעפפ, טוויטער, פעיסבוק, אינסטעגרעם און טעלעגראם - דאמינירן א גרויס טייל פון אונזער לעבן, איז שווער זיך פארצושטעלן אז ס'דא פלאץ פאר נאך סאושעל-מידיע עפפס, אבער אין די לעצטע צוויי יאר, האט זיך שטילערהייט אריינגערוקט א נייע סאושעל-מידיע עפפ וואס האט צוביסלעך איבערגענומען די מארקעט פון סאושעל-מידיע עפפס, און האט ארויפגעשאסן ווי א ראקעט, און איז אצינד פון די הייסטע עפפס אויפ'ן מארקעט, און האט געמאכט אזעלכע ריזן ווי פעיסבוק-אינסטעגרעם און אנדערע ציטערן פאר דעם אינגן עפפ.

לאמיר זיך באקענען מיט די קורצע פאקטן פון דעם פירמע.
טיק טאק, איז א עפפ וואס א נארמאלע מענטש קוקט אן זעט עס אויס ווי ס'געמאכט נאר פאר 'טינעידזשערס', און ס'איז אזוי, דאס מערהייט באניצער זענען אינגע מענטשן, אבער ס'נישט אויסגעשלאסן אנדערע, ספעציעל פאר סעלעברעטיס, זינגערס און גרויסע פירמעס.
אבער טראצדעם וואס דאס מערהייט פון באניצער זענען 'טינעידזשערס' איז די עפפ אין גאר א קורצע צייט איז געווארן פון די "טאפ טען" עפפס אין די וועלט!

וואס איז די עפפ?
טיק טאק איז א עפפ וואו באניצער לייגן ארויף קורצע קליפס פון 30 ביז 60 סעקונדעס; רוב מאל איז עס בעיקר הוילע ווידעאוס פון וויצן, 'פרענקס' - שפיצלעך, מוזיק וכו'. אויך ארבעט עס ענליך צו אנדערע סאושעל-מידיע עפפס אז מ'קען לייקן, שעירן, קאמענטירן וכו.

איר שטוינענדע סוקסעס
די פירמע איז געגרינדעט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, אין 2016, אין בעידזשינג, דורך א 35 יעריגער כינעזער.
ס'איז היינט דא צובאקומען אין איבער 150 לענדער איבער'ן וועלט, און אויף 75 שפראכן.
זיי האבן שוין געהאט איבער צוויי ביליאן דאונלאודס און באניצער איבער'ן וועלט.
ס'ווערט היינט געשאצט אלס די זיבן מערסט געדאונלאודטע עפפ פון די לעצטע צען יאר!
זיין ווערד ווערט געשאצט צו זיין איבער 16 ביליאן דאלער! אים מאכנדיג אלס דער זעקסט רייכסטער מענטש אין כינע. באריכטן געבן אויך אן אז די פירמע פלאנט צו גיין פאבליק אויפ'ן סטאק מארקעט וואס דאן קען זיין זיכער אז זייער ווערד וועט שטייגן נאך מער.

זיכערהייט זארגן
מיט עטליכע חדשים צוריק האבן עטליכע סענעטארן גערופן פאר די רעגירונג צו עפענען אן אויספארשונג אויף די פירמע, טענה'נדיג אז די כינעזער רעגירונג ניצט די עפפ צו שפיאנירן אויף אמעריקאנער בירגער. איין סענעטאר האט אפילו פארגעשלאגן אז מ'זאל איינפירן א פארבאט פון מעגן דאונלאודן די עפפ אויף רעגירונג טעלעפאונען צוליב זיכערהייט זארגן.
די סיבה דערפון איז וויבאלד עס איז א כינעזער פירמע מוזן זיי לעגאלערהייט מיטטיילן אינפארמאציע מיט די רעגירונג, אויב זיי פארלאנגן עס, און כמנהג המקום, איז זיכער אז זיי ניצן טייל פון די אינפארמאציע נאכצוקוקן ווידעאוס און נאכגיין מענטשן.
ווי ווייט כ'געדענק ליינען האט די אמעריקאנער מיליטער עס פארבאטן פאר סאלדאטן צו ניצן, און דאס זעלבע איז מיט די אויסטראלישע מיליטער.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר