פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

פארלער עפפ, דער אלטערנאטיוו פאר טוויטער

שליחה דורך טיכטיגער »

איינס פון די פלעצער וואו דער פרעזידענט יר"ה מאכט דאס מערסטע גערודער און דרייט אן א קאשע, איז אויף טוויטער, וואו ער לאזט זיך הערן, און צומאל צופיל...

ווי פאר יעדעם באקאנט איז טוויטער ארויס אין קריג מיט'ן פרעזידענט, ווען טוויטער האט אנגעהויבן "פעקט טשעקן" און באשטעטיגן געוויסע פונעם פרעזידענט'ס טוויטס, און טיילמאל האבן זיי צוגעטשעפט זיין אייגענעם סלאגאן פון "פעיק ניוז" צו זיינע מעסעדזשס, און אזוי אויך האבן זיי אנגעהויבן צענזורירן זיינע טוויטס.

די צענזערירונג פון טראמפ'ס טוויטס און פון אנדערע רעכטע באקאנטע מענטשן האט אויפגעברויזט פילע קאנסערוואטיוון, וועלכע האבן מיט די צייט אנגעהויבן זוכן אלטערנאטיוון פאר אן אנדערע סאושעל-מידיע עפפ.
"געב", א סאושעל-מידיע עפפ וואס איז טרויעריג-בארימט אלס א גיפטיגע הייל וואו פילע ווילד-רעכטע עלעמענטן האדעווען זיך דארטן, האט געבעטן טראמפ צו עפענען אן אקקאונט און מיטשלעפן זיינע נאכפאלגער, זיי האבן אפילו געעפנט א 'וועריפייד' אקקאונט פאר אים, וואס האט שוין טויזנטער פאללאוערס, אבער היות ס'איז א עפפ וואס איז באקאנט אז פילע נעא-נאציס און אלטרע-רעכטע ראדיקאלן באניצן זיך דערמיט איז גארנישט געווארן דערפון (דער מערדער פון פיטסבורג שול שיסעריי האט זיך אפט באניצט מיט דעם עפפ).
די קומענדיגע אויפ'ן ליסטע איז "פארלער" א רעלאטיוו-אינגע עפפ אויפ'ן מארקעט, א קאנקורענט פאר טוויטער, און ווי עס שיינט שטייגן זיי אצינד אויפ'ן לייטער פון עפפס, ווערנדיג מער און מער פאפולער ספעציעל ביי די רעכט-גענויגטע אין לאנד. אין די לעצטערע וואכן האבן פילע טראמפ-גענויגטע פאליטיקאנטן געעפנט אקקאונטס דארטן, און די צאל באניצער שטייגן דארטן טעגליך.

פארלער עפפ

פארלער עפפ האט זיך געעפנט בלויז דריי יאר צוריק, און זייער ציל מיט וואס זיי טוען זיך אויף איז איבער זייער פרייהייט פון ווארט, ווי איינס פון זייערע סטעיטמענטס זענען: "דא וועט קיינער נישט געבלאקט ווערן, זייער אינהאלט צענזורירט אדער פארמעקט ווערן." נו, אז טוויטער און פעיסבוק פארפאלגן טראמפ מיט אנדערע רעכטע קאנדידאטן האבן זיי זיך צוגעכאפט צו דעם עפפ. עריק טראמפ, רודי דזשוליאני, סענעטאר טעד קרוז, סענעטאר רענד פאול, סענעטאר מייק לי, און טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער ברעד פארסקעיל און נאך פילע קאנסערוואטיווע קאמענטאטארן האבן דארטן געעפנט אקקאונטס, און שטופן פאראויס דעם פארלער-וואגן. איראניש איז אז זיי באניצן זיך מיט טוויטער צו פאמפן פארלער... און ווי עס שיינט האט זייער פראפאגאנדע אן אפעקט.

לויט די וואל סטריט זשורנעל פארמאגן זיי שוין איבער א מיליאן באניצער. אין די לעצטע וואך אליין האבן זיי געזען איבער הונדערט טויזענט נייע באניצער.

אנדערש ווי טוויטער וואו מ'קען נאר שרייבן מעסעדזשעס ביז 280 קערעקטערס, קען מען אויף פארלער שרייבן לענגערע מעסעדזשעס פון אזויפיל ווי טויזענט קערעקטערס. ענליך צו טוויטער קענען באניצער אויך "לייקן", שיקן פריוואטע מעסעדזשס, און ריטוויטן.
פארלער, ווערט אויך שטארק קריטיקירט פארן טעלארירן נעא-נאצי, אלט-רעכטע, איסלאמאפאוביק און קאנספיראציע מעסעדזשס.

פאפולער אין סאודיע אראביע
אינטערעסאנט איז אז פארלער איז נישט פאפולער ביי טראמפיסטן, נאר ביי טויזענטער איינוואוינער פון סאודיע אראביע... סאודיע אראביע איינוואוינער באניצן זיך גאר אסאך מיט סאושעל-מידיע; דאס מערסטע פון סיי וועלכע אנדערע לאנד אין מיטל-מזרח. א באריכט אין רויטערס האט אנגעצייגט אז טוויטער האט איבער 11.7 מיליאן באניצער אין סאודיע אראביע.

אין די לעצטע צוויי יאר האט טוויטער אסאך צענזורירט טוויטס פון סאודיע אראביע, האבן טויזנטער זיך א לאז געטאן קיין פארלער. איבער צוויי הונדערט טויזענט פרישע אקקאונטס פון סאודיע אראביע איז געעפנט געווארן, דורך אזעלכע וואס זוכן מער "פרידאם אוו ספיטש".

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר