קאצקע ציקער האט געשריבן:אזוי ווי טינדעט ווינדויס פארוואס דארף א מענטש טינטעט פענסטערס?
איז עס בכלל לעגאל?
נאשער האט געשריבן:די וואס ווייסען זאגין אז די regular אינטרנט איז נאר 4% פין וואס די dark web עס איז נישט א פלאטץ ווי א מענטש זאל זיך דרייען מען קען אריינפאלין מיט שוידעליכע מענטשין
קורקלענד האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אזוי ווי טינדעט ווינדויס פארוואס דארף א מענטש טינטעט פענסטערס?
איז עס בכלל לעגאל?
פארוואס זאל א מענטש נישט מעגן האבן טינטעד פענסטערס? ס'איז גראדע קעגן די געזעץ צו האבן טינטעד פענסטערס, אבער לדעתי איז די געזעץ אויך א אומרעכט.
יודישע שרייבער האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אזוי ווי טינדעט ווינדויס פארוואס דארף א מענטש טינטעט פענסטערס?
איז עס בכלל לעגאל?
פארוואס זאל א מענטש נישט מעגן האבן טינטעד פענסטערס? ס'איז גראדע קעגן די געזעץ צו האבן טינטעד פענסטערס, אבער לדעתי איז די געזעץ אויך א אומרעכט.
ווי קומט דא אריין טינטעד ווינדאוס פון א קאר?
דא רעדט מען פון די דארק וועב...
עם איי מיסינג סאמטינג?
קל וחומר האט געשריבן:
ווי איך האב פארשטאנען איז דער טונקעלע געוועב א קליין טייל פונעם טיעפן וועב וואו אלע אומלעגאלע אקטיוויטעטן ווערן דורכגעפירט אנאנים. דאס מערסטע ווערט עס באנוצט פאר דראג האנדל, איברים האנדל, אדער סיי וועלכע זאך מ'קען נישט באקומען לעגאל.
קל וחומר האט געשריבן:די סיבה פארוואס די טיעפע וועב איז אזוי גרויס, איז, כפי מה ששמעתי וויבאלד אלע אינפארמאציע וואס איז נאר אמאל געווארן ארויפגעלייגט אויפן געוועב ווערט דארט געסעיווד שוין לאנג נאך וואס עס איז נישט בנמצא אויפן געווענליכן וועב. (ס'ווערט בעיקר באנוצט דורך העקער)
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:הער איך יעצט א נייע זאך; אז ס'איז דא גאר א טיפע געוועב און א טונקעלן געוועב. וואס איז דער חילוק צווישן די צוויי, וואס זעט מען דא און וואס זעט מען דארט, און צי איז דאס טאקע דראסטיש פיל גרעסער פון דער געהעריגער געוועב? - אויב יא, מיינט דאס אז מיר פארמאגן בלויז א קליינער חלק וואס דער געוועב שטעלט מיט זיך פאר?
.
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:בכלל, אפשר פאליטיקאנט וועט וויסן, אדער איינער אנדערש... איז פארהאן אידישע ווערטפולע זאכן, אדער זאכן פון אידישע אינטערעסע, אויפן טונקעלן אדער טיפע געוועב? - אין קבלה, היסטאריע, אפשר השבעת מלאכים אדער שמות הק' - איז פארהאן פעסטע סודות וואס א איד קען דארט געפינען, וואס מען זעט נישט אויפן ברייטן געוועב?
איך בין אינטערעסירט צו הערן מער איבער דעם - א נייע וועלט געוואויער געווארן.
פאליטיקאנט האט געשריבן:די טערמינען זענען נישט קלאר און ווערן אפט אויסגעטוישט, אפיציעל איז די טיפע געוועב בלויז זאכן וואס ווערן נישט אינדעקסד (ווי למשל סייט'ס מיט א פעסווארד) און די טונקעלע געוועב איז אומלעגאלע אדער גאר שטארק באהאלטענע סייט'ס (למעשה איז אלע סייט'ס מיט א .onion דאמעין אינעם זעלבן קאטעגאריע)
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:כ'וועל דיר זאגן א מאדנע דוגמא. איך האב אלעמאל געזוכט א פורום, וואו מען קען זיך דורכשמועסן קבלה מעשית, שימוש בשמות קדושים, להיות רואה ואינו נראה, שינוי צורה וכדו'. אויפן אפענעם געוועב שמועסט מען ניטאמאל דערפון. אפשר איז אבער פארהאן א מקום באהאלטן, וואו די וואס דארפן וויסן ווייסן דערפון... (סתם א נארישע פאנטאזיע) - אפשר פארמאגן די ל"ו צדיקים נסתרים א סייט... די וואס ווייסן ווייסן... (סתם פאנטאזיעס...).
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
איז דא לעגאלע סייטס וואס זענען גאר שטארק באהאלטן? - אויב יא, פארוואס?
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אידישקייט, מיין איך קבלה מעשית, וואס מען וויל נישט אז ס'זאל אנקומען צו רוב בני אדם, אבער מ'קען דארט טרעפן.
כ'וועל דיר זאגן א מאדנע דוגמא. איך האב אלעמאל געזוכט א פורום, וואו מען קען זיך דורכשמועסן קבלה מעשית, שימוש בשמות קדושים, להיות רואה ואינו נראה, שינוי צורה וכדו'. אויפן אפענעם געוועב שמועסט מען ניטאמאל דערפון. אפשר איז אבער פארהאן א מקום באהאלטן, וואו די וואס דארפן וויסן ווייסן דערפון... (סתם א נארישע פאנטאזיע) - אפשר פארמאגן די ל"ו צדיקים נסתרים א סייט... די וואס ווייסן ווייסן... (סתם פאנטאזיעס...).
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:בכלל, איז דא דארט פורומים אזוי ווי קאווע שטיבל וכדו'? (אויף סיי וועלכע שפראך).
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איך פרעג אפשר אביסל נאריש, וויבאלד דער גאנצער נושא איז ניי פאר מיר און איך וויל עס פארשטיין: אבער ממ"נ - א סייט וואס איז לעגאל, פארוואס זאל עס נישט זיין אפן? - ווייטער א סייט וואס איז נישט לעגאל, האבן דען די פאליציי א פראבלעם דערמיט? - מען קען עס נישט כאפן אויב ס'איז אין דער טיפער אדער טונקעלער געוועב? - כ'בין זיכער אז יא...
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ווייטער, ווי אזוי קען א מענטש זיין זיכער, לאמיר זאגן אז ער וויל איינעם אראפרוימען פון וועג, ער טרעפט א היט-מען, ווי איינער האט געשריבן, אדער איינער וואס וויל קויפן אברים וכדו' היל"ת, פון וואו קענסטו זיין זיכער אז ס'איז נישט קיין באהאלטענער פאליס אויף די אנדערע זייט?
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:בקיצור, איך כאפ נאכנישט דער אויפטוה פון דעם... איך בין זייער נייגעריג צו וויסן.
און עס ווערט אויך באצאלט דורך די אמעריקאנער גאווערנמענט, אלס א מיטל צו ערמעגליכן פאר בירגער פון לענדער וואס צענזורירן דעם געוועב, צו קענען אנקומען איבעראל אומגעשטערט.פאליטיקאנט האט געשריבן:אגב די טעכנאָלאָגיע וואס האלט אונטער די גאנצע טונקעלע געוועב (די טאר נעטווארק) איז ערפינדען געווארן דורך די אמעריקאנע נעווי פאר שפיאנאזש צוועקן.
שלשלת האט געשריבן:לכבוד שבת קודש האט געשריבן:כ'וועל דיר זאגן א מאדנע דוגמא. איך האב אלעמאל געזוכט א פורום, וואו מען קען זיך דורכשמועסן קבלה מעשית, שימוש בשמות קדושים, להיות רואה ואינו נראה, שינוי צורה וכדו'. אויפן אפענעם געוועב שמועסט מען ניטאמאל דערפון. אפשר איז אבער פארהאן א מקום באהאלטן, וואו די וואס דארפן וויסן ווייסן דערפון... (סתם א נארישע פאנטאזיע) - אפשר פארמאגן די ל"ו צדיקים נסתרים א סייט... די וואס ווייסן ווייסן... (סתם פאנטאזיעס...).
וואט עי בייפאל!
ל"ו צדייקם אויפ'ן טונקעלע געוועב....![]()
רואה ואינו נראה![]()
וואס טראכסטו בייטאג, אז די האסט אזעלכע חלומות?
כרם זית האט געשריבן:דערמאנט מיך פון גורעוויצ'עס דמיון מאווי, וואו די נעא נאצי האט געזוכט צו פארכאפן א קבהליסט כדי צו באשאפן א גולם...
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און 2 געסט