דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

איך האב זיך לעצטנס אנגעשטויסן אין א ידיעה, אז עס עקזיסטירט אזא געדאנק ווי דער טונקעלער געוועב. פונקטליך וואס דאס איז ווייס איך נאכנישט, און ס'קען זיין אז איך וויל נישט וויסן, איך ווייס נאכנישט און איך בין זייער נייגעריג צו הערן מער פרטים.

לויט ווי איך פארשטיי, איז דאס געמאכט געווארן פאר מענטשן וואס ווילן בלייבן אנאנים אויפן געוועב, אז מען זאל נישט קענען נאכגיין זייער איי-פי אדרעס (פאר וועלכער גוטע סיבה?) - עפעס אזוי. איך האב פראבירט נאכצוקוקן צי דאס איז לעגאל ארויפצוגיין אהין, און דער ענטפער איז געווען אז יא, ס'איז לעגאל. פון די אנדערע זייט גלויב איך, אז טאמער וואלט דאס פארקויפט בלויז אומלעגאלע אקטיוויטעטן, וואלט דאס לכאורה געווען גענצליך אומלעגאל.

מיין שאלה איז אצינד: וואס פארקויפט די טונקעלע געוועב, פארוואס הייסט דאס אזוי, און בכלל - פארוואס זאלן מענטשן בכלל וועלן ארויפגיין אהין, אויב זיי ווילן טון בלויז לעגאלע זאכן. וואס פארקויפט דער דאזיגער געוועב? - קען מען דארט געפינען מציאות, וואס אויף דער אפענער געוועב קען מען נישט געפינען?

וואס איז דאס פונקטליך? - לאמיר דאס אויסשמועסן?

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר