ביליגע אנלימיטעד דאטא

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 250
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 410 מאל

ביליגע אנלימיטעד דאטא

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

אלץ איינער וואס האט א פליפ פאון פאר רעדן און טעקטסן מיט א סמארפאון פאר וויזוי דו ווילסט נאר רופן.... איז מיר געווען גרינגער צו טוישן פון איין סערוויס פראוויידער צו די אנדערע. ווייל די איינציגסטע שוועריגקייט איז פארטן די נומער. איצט איינמאל דו דארפסט נישט פארטן די נומער גייט עס פילצאליגע מאל גרינגער. קודם כל פאר א פליפ פאון אויב דו רעדטסט אסאך איז די בעסטע ווערייזען סערוויס. אפי' פריפעיד. אפי' עס װעט קאסטן מער. זיי מאכן נישט קיין קאפ וויי וואס אנדערע קאמפאניס אינטער ווערייזען מאכן אז אויב דו רופסט צו אסאך מאל אדער צו אסאך מינוטן אדער צו אסאך האטליין'ס... אזוי צו אזוי.... אונז רעדן נישט פון טאלק ענד טעקסט אונז רעדן פון אנלימיטעד דאטא. יעצט פארשטייט זיך ווען מען צאלט ביליג האט מען נישט אלעס וועל איך דא קלאר אויסשמועסן מיט די עקספיריענס וואס איך האב געהאט מיט און וועלכע איז די בעסטע.

ערשטענס איז פארשטענדליך אז מענטשען וואלטן די מערסטע געגליכן ווערייזען סערוויס. זיי האבן נאך אלעמען די בעסטע קאווערעידש און אמעריקע און זיכער אין אפסטעיט ניו יארק. איך וואוין נישט אין די סיטי ווייס איך נישט. איינער טענה'ט טי מאביל איז די בעסטע און איינער טענה'ט אז ספרינט. און איינער טענה'ט אז עי טי טי. קומט איינער וואס ער זאגט אז ווערייזען בלייבט די בעסטע... אזוי צו אזוי. איעדע קען אויך זייַן גערעכט. איינער וואוינט פונקט אינטער די טאוער פון די סערוויס וואס ער האלט עס איז די בעסטע און ביי זיין ארבעט איז אויכעט דא די גוטע קאווערעידש. דארטן קען מען לאנג ארום טענה'נען ווייל נאך אלעמען שטעלן אלע פראוויידערס גוטע סערוויס אין די סיטי. אבער ווען עס קומט צו אפסטעיט איז איעדע מודה אז ווערייזען איז די בעסטע. אפי' די וואס האבן נישט ווערייזן איז געווענליך וועגן די טייערע פרייזן און די בעסערע פלאן וואס זיי האבן געטראפן ביי א צווייטן. אדער אז פונקט ביי זיין הויז אדער ארבעט טויגט עפעס נישט ווערייזען. יעצט ווערייזען אנלימיטעד פריפעיד איז זייער טייער. עס קאסט 70 גרינס. מיט אויטאמאטישע פעי איז עס 65 היינט איז דא א ספעציעל אז נאך ניין חדשים ווערט עס 50 דאלער. צו דעם אלעמען קומט נאך די טעקס וואס גיבט צו לכל הפחות
א פינעווער. און מען קען נישט האבן צו גוטע פאמיליע דיסקאונטס. ביי ווערייזען פאוסט פעיד איז שוין א שווערע מעשה. ווען מען האט נישט פריפעיד צאלט מען אפט איבער. אויב מען איז נישט גענוג באווארענט פארדעם. פאסטפעיד אויב איינער איז מסודר מיט א גוטע פלאן מיט פיר פינעף ליינס וואס שטייען צ זיין רעכטע זייט ולא ימוש איז טאקע גוט. אבער פאר א נארמאלע יונגערמאן איז שווער צו טרעפן פונקט פינף חברה וואס זענען נישט צופרידן מיט די סערוויס וואס זיי האבן און ווילן גיין צו פאוסטפעיד ווערייזען מיט א גרופ. די ביליגסטע פאסט פעיד איז פאר פינעף חברה 30 דאלער. פארשטייט זיך פלאס טעקס.

למעשה האב איך געטראפן us mobile וואס נוצט ווערייזען און עס האט מיר געשמייכלט. פאר 40 דאלער האב איך אנלימיטעד דאטא. דעמאָלס מיט מיינע עקספערניעס אז קיין איין קאמפאני אינטער ווערייזען שטעלט נישט צו קיין עכטע אנלימיטעד דאטא. זיי שטעלן צו ביז פיפציג גיג. אקעי האב איך געטראכט צו מיר. פיפציג איז בכלל נישט ווייניג פאר די ביליגע פרייז. למעשה ווען עס איז געקומען פאקטיש צו צאלן האט עס געקאסט א גוטע 47 דאלער מיט א שמוץ אריבער פאר דעי אלע טעקסעס און פי'ס למעשה שטעל זיך אויס אז די ספיד איז אויכעט צו דעי אלע צרות געקעפטד (עס מיינט געלייגט א זאך אז עס זאל נישט קענען גיין שנעל ) צו פינף מעגא ביטס פער סעקאנד. דאס מיינט אז די 4G אינטערנעט ספיד קען גיין ביז צווישן 150 און 200 Mbps און איך קען נאר נוצן 5.... אקעי.... אביסעלע חוזק..... אבער מען קען צאלן נאך פינף דאלער אז עס זאל זיין די שנעלסטע ספיד. אבער איין מינוט. פינעף אדער צען? זעה איך אז מען קען צאלן פינף דאלער אז האטספאד זאל ארבעטן. און נאך פינעף דאלער צו האבן שנעלע ספיד אבער נאר אויב האטספאד ארבעט!. דאס מיינט אז פון 47 איז געווארן 57.... בקיצור שוין גארנישט אזעלכע ביליגע סערוויס....

למעשה בין איך געוואר געווארן פון א סערוויס וואס איז אזוי ביליג אז איך האב נישט געקענט גלייבן די נומערס וואס איך הער. עס רופט זיך visible wireless. נאכן אביסל אריין טוהן אין דעם שטעלט זיך אויס אז יא. דאס איז עס וואס איך האב געזוכט! קודם כל איין ליין קאסט 40 דאלער פלעט! קיין פעני מער. אבער פאר צוויי איז א פינעף דאלער ווייניגער ביז פיר וואס קומט אויס 25 דאלער טאטאל אריין גערעכט טעקסעס. איי וועסטו פרעגן ווי טרעף איך נאך דריי חברה. איז אזוי דו דארפסט נישט טרעפן דו דארפסט זיי נישט קענען. איעדער צאלט פאר זיך מיט א עקסטערע אקאונט און עקסטערע קרעדיט קארד. נו וואס מאכט עס גרופ? איז די תירוץ עס הייסט נישט גרופ עס הייסט פארטי. דאס הייסט אז איך עפען אויף א פארטי און איך שיק א לינק. (ווי? וועט מען שוין זאגן) ווען יענער באקומט די לינק עפענט ער סערוויס אויף מיין פארטי. און איך באקום א אימעיל א ריקוועסט אז ער וויל אריין קומען. און איך לאז אים. פון יעצט און ווייטער האב איך מער נישט קיין שייכות מיט אים! ער צאלט מיט זיינע פעימענט מעטאד און איך מיט מיינע.... איז ווי שיקט מען די לינק אדער ווי קען איך טרעפן א לינק צו דשאונען א פארטי. איז דא reddit א סאציאל מידיא פלענטפארם. וואס דארטן קען מען טרעפן לינקס צו דזשאונען אדער קענסטו דארטן ארויף לייגן א לינק צו טרעפן דיין פיר חברה. איינמאל דו האסט צאלסטו פאר אנלימיטעד 25 גלאטע טאלער. (באלד צוקומען וואס באקום איך פונקליך פאר דעי פרייז ) יעצט אפי' די ערשטע חודש וואס דו קענסט נאכנישט טרעפן א פארטי האסטו נאך אלץ א דיסקאונט פון 25 דאלער פאר די ערשטע חודש. אפי' אויב דו ביסט אליינס.

יעצט עפעס פאני הערט זיך.... יא אזוי איז עס. עס איז א קאמפאניע וואס איז אינטער בעלות פון ווערייזען.... פארוואס זיי טוען ווייס איך נישט. אבער ווי ווייט ווייס איך איז עס די איינציגסטע קאמפאניע אינטער ווערייזען וואס שטעלט צו עכטע אנלימיטעד. אבער עכט מיינט עכט. איך האב לעצטע חודש גענוצט מיט דעי סערוויס 130 גיג! פון מאוביל דאטא! און עס איז געגאנגען סוף חודש די זעלבע שנעל ווי אנפאנג. לא כהסו עינו ולא נס ריחו! און די ספידס איז בכלל נישט געקעפטד! איך קען ציען ביז מן הסתם צוויי הונדערט. פאקטיש האב איך שוין געמאסטן די ספיד און די העכסטע וואס איך האב געהאט איז געווען 187 Mbps הגם אין מיין הויז איז דורך שניטלעך צווישן 30 און 40 Mbps. און די עיקר מעלה וואס וועסט נישט טרעפן ביי קיין איין ביליגע סערוויס איז די האטספאד וואס זיי געבן! אבער אפציעל איז די האטספאד לימיטעד צו נאר איין דעווייס. און די ספיד איז קעפטד ביז 5 Mbps. אז די ספיד איז קעפדט )capped( זעה איך קלאר איך האב עס שוין פרובירט. הגם וואס אפאר מאל גיייט עס שנעלער. אבער האטספאד האב איך געזען אז עס זאל ארבעטן מער ווי איין דעווייס אויכעט.

אקעי שוין צו אסאך מעלות יעצט דארף מען גיין צו די חסרונות. ערשטענס אז די אינטערנעט איז אפציעל דיפערארייזעט. דאס מיינט אז ווען עס איז דא א אינטערנעט טראפיק דאס מיינט אז עס איז דא א מאנגל אין טאוערס און אסאך דעווייסעס דארפן ווערייזען אינטערנעט גייען זיי זיין שטאט. און איך פיל אפאר מאל אינמיטן טאג אז די אינטערנעט איז שטאט צו איין Mbps. אבער ווי איך וואוין האט ווערייזען גוטע אינטערנעט און עס געשעהט זייער ווייניג אז עס זאל גיין שטאט. אבער דאס איז די עיקר סיבה פאר די ביליגע פרייז. אויב דו וואוינסט אין מאנסי וועסטו האבן מיט דעי סערוויס אייביג גוטע אינטערנעט. דארפסט דיך נישט זארגן. מיט אנדערע פלעצער קען איך דיר נישט פארזיכערן. אבער זיי זאגן אז די אינטערנעט אויף זייערע נעטווארק איז צווישן 5 און 8 Mbps למעשה האב איך דורך שניטלעך צווישן 25 און 40 Mbps אין א אינדאר פלאץ.... אינדרויסן איז גלייב איך נאך שנעלער.

די צווייטע חסרון איז אז זיי זענען נישט compatible מיט אסאך דעווייסעס דאס מיינט אז עס גייט נישט ארבעטן אויף אסאך פאונס. נאר אויף א קליינע מספר. דאס איז וואס זיי זאגן. פאקטיש קען מען אויף רוב פאונס מאכן אז עס זאל ארבעטן דורך ארום שפילן מיט די APN אבער נישט אויף אלע ארבעט עס. למשל אויפן. LG vn220 פליפ פאון ארבעט אפציעל נישט. נאכן ארום שפילן מיט די APN האט עס נאר געארבעט די דאטא אבער נישט טאלק ענד טעקסט. אזוי אויך אויף א געלעקסי note 10 אפציעל ארבעט עס נישט אבער נאכן טוישן די APN setting ארבעט עס א מחי' און אפי' קאלס. אבער אויף בלעקבערי און אויף palm קען מען אפי' נישט טוישן די APN. דעריבער וועט עס נישט ארבעטן.

היות אז צו מיין פאון האב איך א פאלם וואס ארבעט נישט מיט וויזיבל איז דא א אנדערע סערוויס וואס איז אינטער att network וואס איז אויכעט אינטער בעלות פון att און עס הייסט cricket אבער ביליג ווערט נאר ווען מען מאכט א גרופ און זייערע גרופ איז שוין יא מער אז מען דארף קענען איעדעם און מען באצאלט אין די זעלבע אקאונט. אבער עס איז ביליג ביז 25 דאלער פאר אנלימיטעד דאטא אויב דו ביסט אויף א גרופע פון פיר חברה. צוגאב באקומט מען אומזיסטע ראמינג אין קאנאדע און מעקסיקא. אבער די אינטערנעט איז capped צו 3 Mbps. אבער איך פערזענליך צאל 32 וואס דאס האט נישט קיין cap אויף די אינטערנעט. אבער ביי זיי פיל איך איינמאל אז איך בין צוויטע קלאס סערוויס און נישט אזעלכע גוטע ווי געהעריג עי טי טי. קען זיין נאר אין מאנסי ווי עי טי טי איז נישט אזוי גוט אבער אין פלעצער ווי עי טיטי איז בעסער וועט עס ארבעטן אזוי גוט ווי וויזיבל ווייס איך נישט....

עס איז דא א סערוויס וואס איז אינטער optimum און עס הייסט alcitle mobile. איך וויל הערן מער אינפֿאָרמאַציע אויף עס.

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר