מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 250
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 410 מאל

מיין פערזענלעכע טויש צו עפל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

אלץ איינער וואס נוצט יארן לאנג אן אנדרויד דעווייס שטענדיג פון די העכסטע מאדעלס, האב איך צוליב טעכנישע (פערזענליכע) סיבות געדארפט טוישן צו עפל, וויל איך אביסל מיטיילן מיין ערפארונג, עס וואלט געווען אינטערסאנט פון הערן פון ענק אלע אייערע מיינונג בנוגע אנדרויד קעגן iOS אין 2021, עס איז דא אן אלטן אשכול וואס מ'רעדט פון ניין יאר צוריק די נושא, ווער עס ליינט יעצט קוקט עס אן ווי אמאליגע צייטן, זעענדיג ווי פרימיטיוו די טעלעפאן איז דאן געווען,
איך מיין אז די אלע פראבלעמען וואס זיי האבן געהאט דארטן איז אפי' נישט נוגע היינט.
קודם וויל איך מיטטיילן וויאזוי די טרענספערן די דאטא, וואס איז נישט געווען אזוי פשוט, ווי באקאנט אנדרויד האט גוגל פלעי סטאר און עפל האט עפפס סטאר, און עס האט נישט קיין שייכות איינס מיט די צווייטען, דעריבער איז אן עבודה פון א גאנצע טאג אריבער צו לייגן אלע עפפס מיט פשוט קוקן אדורך די אנדרויד פאון וועלעכע עפפס עס איז נאכנישט ארויפגעלייגט געווארן אויף די אייפאן און פארשטייט זיך איבער אריין לאגן, פעסווארדס וואס דו געדענקט נישט.. די גוגל פעסווארדס מענעדזער ארבעט נישט אויף עפל. סיידן ביי די קראום, אויף די בילדער האב איך בכלל נישט שווער געארבעט, פשוט אריין געלאגט אין גוגל פאטאס און שוין אלעס געהאט, איך וואס איך האב אלץ שנעלער אינטערנעט אנלימיטעד, און איך גלייב אז יעדער דא און קאווע שטיבל אין 2021 האט נישט קיין פראבלעמען און פילן נישט קיין חילוק צו בילדער זענען אויף א cloud אדער אויף די פיזיקאלע מעמארי פון די פאון, אבער ווען עס קומט צו וואטסעפפ ווערט אלעס קאמפליצירט, איז דא פארדעם אן קאמפיוטער פראגראם, אדער אפי' א אפליקאציע אויף די פאון אין פלעי סטאר, וואס קאסט אפאר דאלאר,

אבער עס קאסט אפאר שעה צייט דערפאר,
בנוגע קיבארדס בין איך געווארן אנטוישט ווען די Gboard וואס איך האב אלץ גענוצט האט נישט געהאט קיין יודיש אויף די אפפ סטאר, פארוואס נאך אין פלעי סטאר און נישט ביי עפל ווייס איך נישט, אבער מיט די מציאות האב איך מיר געמוזט געזעגענען פון די קיבארד און אנגעפאנגען באנוצן מיט סוויפקי וואס זיי האבן יא יודיש אוועיליבל אויף אייפאן.
אבער עס איז זייער א שווערע ערפארונג וויאזוי צו פטור ווערן פון די קיבארד ווען די דארפסט עס נישט אבער דו ווילסט בלייבן וויסן ביסט, איז ביי אנדרויד אלץ געווען א קנעפל צו אוועק רוקן די קיבארד,ביי עפל מיט איז געבן עפעס א קאמפליצירט סווייפ (וואס געלונגט נישט אלעמאל) צו פטור ווערן פונעם קיבארד
אויך האב איך איינגעזעהן אז צו קאסטמייזן די נאטפיקאציעס איז אסאך ברייטער ביי אנדרויד, ווייל דארטן קען מען אלץ איינטיילן אויף אלע נאטפיקאציעס פון איין אפפ וועלעכע מ'דארף יא און וועלעכע נישט, למשל ביי אינסטגראם קען מען אנשטעלן אז נאר מעסעדשעס און נישט עני אנדערע זאך זאל קומען א נאטפיקאציע, אויך צום ביישפיל איך בין א שטארקער באנוצער פון גוגל וואויס, אויף אנדרויד קען מען מאכן אז די זאלסט נישט באקומען נאטפיקאציעס פון געוויסע מענטשן אדער גראפס וואס שיקן אביסל צו סאך מעסעדשעס, מ'קען אפי' מאכן אז מ'זאל קען זעהן אבער עס זאל נישט קלינגן. דאס אלעס קען מען נישט טוהן ביי עפל, ביי עפל איז די די פאר כלליתדיגע עפפ סעטינגס וויאזוי דו ווילסט כלפי די נאטפיקאציעס, און די דו קענסט נישט איינטיילן וועלעכע יא און וועלעכע נישט, נישט נאר דאס ביי וואטסעפפ קען מען שטיל מאכן געוויסע גרופעס אבער מ'זאל נאכאלץ באקומען נאטפיקאציעס, דאס איז אויסגעשלאסן אויף אייפאן,

אחוץ פון דעם, אלץ איינער וואס רוב צייט פון טאג האלט איך דעם אפאראט אין איין האנט בשעת די אנדערע האנט נוץ איך פאר טאג טעגליכע געברויכן, באדערט מיר זייער שטארק אז עס איז נישטא קיין אפציע אז מיט א סווייפ אינמיטן די סקרין זאל אראפ קומען די נאטפיקאציעס, אזוי ווי מ'קען טוהן ביי אנדרויד, וואס איך קען יא טוהן איז געבן א קליינע גלעט הינטן די סקרין אז די גאנצע סקרין זאל זיך אראפ רוקן און דאן שלעפן די נאטפיקאציעס, אבער עס איז טאפעלטע ארבעט פאר א פשוט'ע זאך,
נאך א זאך וואס עס קען זייער שטארק מאכן א קאפווייטאג איז אז עס איז נישטא א קליפבאוד אויף אייפאן, און דו קענסט נאר קאפירן איין זאך אויף אמאל, וואס פאר מיר אלץ א זייער שטארקער באנוצער פון די קאפי פעיסט פיקציע קען עס מיר מאכן זאכן נעמען לענגער,
א זייטיגע זאך האב איך באמערקט אז מיין סעמסאנג s21 האט זיך בעסער געקענט אן עצה געבן מיט שוואכע סערוויס ווי די iphone 13,
אבער דאס איז נישט מיין רעדע, איך וויל בעיקר באציען די די אלע סאפטוועיר חילוקים און איך וויל הערן ערפארונג ביי אנדערע אויך.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר