די אנשיקעניש פון SMS און און וואטסעפפ ספעם מעסידזשעס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4249
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3629 מאל

די אנשיקעניש פון SMS און און וואטסעפפ ספעם מעסידזשעס

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך בין זיכער אסאך פון אייך זענען באוואוסטזיניג צו דעם רעלאטיוו נייער פענאמענאן ביי אונזערע קהילות אוואו מענטשן קלייבן צוזאם סעלפאון אדער מאובייל נומערן פאר א.ג. אנשי שלומינו טעלעפאן ליסטעס אבער וואס אן אמת נוצן זיי די נומערן אייך צו באהאגלען מיט ספעם טעקסט מעסידזשעס וואס אנהאלטן כל מיני שטותים און אומוויכטיגע אינפארמאציע וואס פאראינטרעסירט אייך ווי די פאריעריגע שניי. אנגעהויבן ביי לוויות, תנאים און תהלים אפיעלן און געענדיגט ביי טיי אווענטס, מוסדות שנארערכצער קאמפיינס און סתם גראב און פראסט פראדאקט מארקעטינג, ווי די וואונדערליכע געשמיר, ר' ישעי'לעס חי ראטל און שמועסן ביי איינגערעדטע פסיכילאגן.

די חוצפה און עזות פון די עלעמענטן איז אין לשער. ווען זיי שיקן דיך ווען א טעקסט מעסידזש כאטש מיט א נומער פון וואנעט עס קומט און מיט אן אפציע עס צו סטאפן, איז א האלבע צרה אבער מערסטנס פון די SMS מעסידזשעס קומען מיט פשוט א ווארט אין די העדער (קעפל) און מיט קיין אפציע צוריק צו ענטפערן אדער אפילו זיי בלאקן אויף דיין אייגענע טעלעפאן.
שטעלט אייך פאר א מענטש קומט איעדן טאג, עטליכע מאל א טאג, קלאפן אויף אייער טיר און לויפט אוועק. און ווען איר עפענט די טיר צו זעהן ווער ס'איז דארט, געפינט איר א ליפלעט אויף דער ערד באצירט מיט א צענדליג פיצא פיקטשערס פון מעקדאנלדס – וואלט איר נישט ארויס פון אייער גלייזן אבער דאס איז פיהל ערגער, ווייל דער שיקער ברויך אפי' נישט מאכן די רייזע צו אייער היים; ער קוועטשט איין קנעפל און שיקט ארויס טויזנטע מעסידזשעס אויף א ריפיט סקעדזשול וויפיל מאל א טאג ער וויל און באקומט נאך פעט באצאלט דערפאר. אונזער וועלט איז גענוג דיסטראקטינג אז מיר זאלן נאך ברויכן דערצו די נודניקעס זאלן פלאָדן אונזערע טעלעפאנען מיט שטונק יעדע שטונדע נישט איבערלאזענדיג פאר אונז דער מעגליכקייט צו קאנצעטרירן אויף א טעסק פאר צו לאנג.

יעדע נארמאלע סאסייעטי האט געזעצן ארום פריוואטקייט. מ'קען נישט אינטרודן א מענטשנ'ס פערזענליכע ספעיס נאר ווייל דו זוכסט צו לייזן אפאר טאלער. אזוי ווי מען קען נישט הארעססן א מענטש אויפ'ן גאס מונדליך אדער מאכן פאני קאללס צו אייער היים טאג און נאכט, מעג מען נישט דיך טעראריזירן מיט דזשונק מעסידזשעס איבער יעדעס גרעבעכץ און פארץ וואס עמיצער אין די קהילה האט זיך דערשמעקט צו פאר-נפחהנען. אז איך וויל וויסן ווער ס'האט ארויסגעקוועטשט א זכר בונדל וועל איך נעמען דעם דבר יום ביומו, קוקן אין די צייטונג אדער זיך נאכפרעגן אין מקוה – שאָוו מיר עס נישט אין געזיכט אריין. די מענטשן וואס פארקויפן די סארט פראדוקטן און טרעידן מיט די נומערן ליסטעס זענען עתיד ליתן את הדין און ברויכן אין מיין אפיניען כאפן א קורה אין קאפ, וועלן זיי וויסן ווי זיי שטייען.

און דער אמת איז אז ס'איז נישט לעגאל צו טוהן. איז אבער די צרה אז ס'איז נישט קלאר פאר מענטשן ווי אזוי מען ברויך דאס באהאנדלען און די ספעמערס רייטן אויף מענטשנ'ס איגנאראנס, אומוויסנהייט אף טעכנעלאגיע און אומבאהאוונטקייט אדער אומציטרוי צו די אינטערנעט. אנדערש ווי ווען איינער רופט אייך אהן אויפ'ן טעלעפאן מיט סטראשונקעס און שיקט אייך העיט מעסידזשעס איז דאס נישט עפעס וואס דו קענסט תיכף איינמעלדן די פאליציי זאל אינפארסירן; אויך איז עס נישט עפעס וואס אויב דו רופסט דיין טעלעפאן קאמפאני, מיט א קאמפלעינט אויף דעם און מיט א פארלאנג צו קריגן די שיקער אדער אפילו זיין סערוויס פראוויידער (סעלפאון קעריער), זאלן זיי קענען דיין פארלאנג נאכגעבן. ווייל דיין טעלעפאון קאמפאני, מעג אליינס נישט עקסעסן די אינפארמאציע סיידן אויב זיי קריגן א פאדערונג פון די פאליציי און די פאליציי זעלבסט וועט נישט נאכגיבן דיין פארלאנג ווייל דאס איז א סיוויל קאמפלעינט און נישט אן אימינענט עמערדזשענסי אדער עפעס וואס לייגט דיך אין א סכנה.

אבער נישט געזארגט, עס איז דא פלענטי וואס מען קען אליינס טוהן (און מען דארף טוהן) זיך אפצושאקלען פון די פארשוינען אויסער טוישן די סעלפאון נומער (וואס איז נישט פעיר און וועט סייווי קיין סאך נישט אויפטוהן ווייל ווי דערמאנט קלייבן זיי צאם די נומערן פון חבירים און משפחה אדער מוסדות און עמיצער וואס זוכט זיין נומער צו באהאלטן ווייסט ווי שווער עס איז אזאנס צו טוהן בתוך אונזערע היימישע קאמיוניטיס.) אדער דאונלאודן א 3רד פארטי סאפטוועיר וואס אינקלודט עקסטערע פיטשערס זיך אנ'עצה צו געבן מיט אזעלכע סארט מעסידזשעס (?) וואס קאסטן מסתמא געלט אדער האבן אליינס אסאך עדווערטס און על כל זה האט אויך די חיסרון פון דארפן אוועק-שיפטן פון די נעיטיוו SMS עפפ און די קעיפיבילעטיס וואס זי אָפערט.

אלזא האב איך מיר דערטראכט צו מאכן א קליינער גייד מיט אנווייזונגען ווי אזוי פטור צו ווערן פאר זיך אליינס פון די אנשיקענישן און אפשר אז אסאך מענטשן וועלן דאס נאכטוהן וועלן די ספעממערס זיך טרעפן מיט אזא לאָך אין טאש פון פיינס און קנסים אז ס'ביזנעס וועט זיך זיי מער נישט לוינען, וועלן אלע מרוויח זיין. איך וועל עס שערן מיט אייך האפענטליך, שפעטער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר