מָאל מיט AI

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2035 מאל

מָאל מיט AI

שליחה דורך שאלתיאל »

OPEN AI איז אַן אמעריקאנער פירמע וועלכע פארנעמט זיך מיטן דעוועלאפן AI טעכנאלאגיע, זי איז געגרונדעט געווארן צווישן אנדערע דורך אונזער באקאנטן אילאן מאסק. לעצטנס, אום סעפטעמבער האבן זיי פארעפנטליכט פאר די ברייטע גאס אַן עמעיזינג מאדעל מיטן נאמען ''DALL- E 2'' וועלכע פאבריצירט בילדער און ריאליסטישע ארט פון איינפאכע טעקסט באפעלן. אלעס וואס דו דארפסט טון איז בלויז אריינשרייבן וואס דו ווילסט, זאל עס זיין א קאמפליצירטע אויל פעינטינג אדער א מאדערנע פיקטשער און דער מאדעל וועט דיר עס דעליווערן אין בלויז עטליכע סעקונדען. די געוועב שטוינט פון די פאנטאסטישע פעאיגקייטן און פון די רעזולטאטן וואס זי געבט ארויס.

צום ביישפיל, ברוח הימים האלה האב איך אריינגעטייפט די פאלגענדע באפעל: ''Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing football''. נאך עטליכע סעקונדען האט עס מיר אהער-דעליווערט די פאלגענדע ארטיסטישע שטיקלען, קענסט זיך שווערן אז דאס האט געמאלעוועט א בארימטע מעלער:
DALL·E 2022-12-12 19.55.37 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing football.png
DALL·E 2022-12-12 19.55.33 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing football.png
DALL·E 2022-12-12 19.45.16 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing soccer.png
DALL·E 2022-12-12 19.45.24 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing soccer.png
די אנווייזונגען וואס דו טייפסט אריין קען זיין גאר איינפאך און קען זיין קאמפליצרט און דעטאלירט, אלעס שטעלט זי אהער ביז 10-15 סעקונדען. ווי כ'פארשטיי קען מען טון נאך פארשידענארטיגע זאכן ווי צולייגן, עדיטן און פארשידענע מאניפולאציעס אויף א שטאפל וואס איז נאכנישט געזען געווארן. עיין שם ותמצא נחת גדול.

זייט 2000 האבן אסאך קאמפיוטער מאדעלן מצליח געווען צו אהערשטעלן מאלערייען, די ספעציאליטעט אבער פון די דאזיגע מאדעל איז אז זי טוט דאס באזירט אויף נאטורליכע שפראך אנווייזונגען. די ערשטע ווערסיע איז ארויסגעקומען שוין אין JAN 2021 אבער דעמאלט איז עס נישט געווען אזוי פארגעשריטן, קלאר און אקוראט ווי די איצטיגע.

https://openai.com/dall-e-2/

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר