בלאט 1 פון 1

טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:52 pm
דורך אךשמח
נישט אויף יעדע קורצע פראגע לוינט צו מאכן אן אשכול, דעריבער עפן איך דעם אשכול וואו איך וועל פארלייגן פראגעס און קורצע עצות וואס איך זוך.

היינט האב איך געליינט אינעם 'פאפולער פאטאגראפיע' איבער די פארשידענע 'קלאוד' קאמפאניס און די מעלות און חסרונות צווישן זיי.

וואס איז מיר אבער אינטערעסאנט צו פארשטיין, וואס איז די גרויסע מעלה פון האלטן מיינע פיילס אינעם 'וואלקן' ווען די פרייז פאר הונדערט גיג איז ביילייפיג פופציג דאלער פער יאר, ווען איך קען פאר דעם פרייז זיך איינהאנדלען א טעראבייט און נישט דארפן צאלן א יערליכן אפצאל?