א וועג ארום די silly אינטערנעט פילטערס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

א וועג ארום די silly אינטערנעט פילטערס

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב לעצטנעס אינסטולירט א לינוקס-מינט דיסטראו (אפערעיטינס סיסטעם) עֶלנאָגסייד מיין ווינדאוס (דואל בוט). איז מיר איינגעפאלן אז מען קען דער טאקטיק נוצן צו סוירקומווענטן די נארישע אינטערנעט פילטערס וואס מען שטופט מענטשן ארויפצולייגן אויף די קאמפיוטער.

די מעטאד איז גאנץ פשוט. מען פארטישענט די דרייוו אין צוויי אדער מער לאדזשיקעל דרייווס (לינוקס למשל גלייכט דריי > פאר די OS סיסטעם פיילס, פאר די סוואַפּ און א דריטע פאר די רעסט. ד.ה. פאר דיינע פיילס וכדומה) אדער לייגט מען צו נאך א פיזיקעל דרייוו צו די קאמפיוטער. מען אינסטולירט אן אנדערע אפערעיטינג סיסטעם פון א USB אדער CD אויף די פארטישענ/ס (ס'מוז נישט זיין דוקא זיין א אנדערע - ס'קען אויך זיין 'נאך' א ווינדאוס. נאר סתם איז בעסער אויפצוהערן אזויפיהל טראסטן ווינדאוס. זייערע דאטא קאלעקשאן איז פּערוועיסיוו) און מען טוישט די boot ארדער אין די בייאָוס צו זיין קודם פון די אנדערע OS.
אויב דו ווילסט עס באהאלטן, קענסטו לאזן די boot ארדער ווי עס איז - צו די ארגינעלע OS, דארט ווי די פילטער איז אינסטולירט. אויב דו ווילסט עס גענצליך באהאלטן, (אפ' פון די בוט לאודער/פראגרעם/מענעדזשער) קען מען פוינטן ווינדאוס boot מענעדזשער פאַטה צו לאודן די ארגינעלע OS boot פראגרעם. דוכט זיך מיר מען ברויך עס אפ' נישט צוריקטוישן יעדעס מאל איידער איר ווילט נוצן די אנדערע OSׂׂ. מען קען פשוט סעטן די בוט ארדער קודם שטענדיג פון די USB אדער CD און יעדעס מאל דו ווילסט נוצן די אנדערע OS קענסטו עס נוצן אין לייוו מאוד, נאכן איינשטעקן אדער אריינלייגן די סידי אדער USB; אזוי לאנג ווי ס'איז אריינגעשטעקט פארשטייט זיך.

איך בין נייגעריג צו ענליכעס איז אטשיוועבל אויף א סמארטפאון? אויך וואונדער איך מיר צו עמיצער האט שוין טאקע גענוצט די מעטאד פאר דער צוועק - צו קאונטערעקטן היימישע סענסורשיפ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר