עי איי-AI און אירע אפעקטן [שפעקולאציעס]

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 559
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1406 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1228 מאל

עי איי-AI און אירע אפעקטן [שפעקולאציעס]

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איך עפען דעם אשכול געווידמעט צו שפעקולירן אויף די צוקונפט פון AI, אירע ערווארטעטע אנטוויקלונגען און בעיקר אירע מעגליכע אפעקטן אויף צעוויליזאציע.

צום אלעם ערשט, צו וואס איך וועל זיך אי"ה דא באציען רעדט מען פון די קומענדיגע פאר יאר. שפעטער פון דעם איז לדעתי ממש נישט מעגליך צו פאראויס-זען (ספעציעל אויב קוואנטום קאמפיוטערס וועלן אפיר קומען). אבער יעדער קען און זאל שרייבן און פארברייטערן ווי ווייט מעגליך.

----------
-פראבלעם-
וויאזוי וועט מען האבן באווייז אין געריכט?

רעקארדירונגען גייען גאר בקרוב קענען ווערן אהערגעשטעלט ממש ווי עכט! אודיאו רעקארדירונגען האלט מען שוין ממש טריט אוועק עס זאל זיין אן אקוראטע רעפליקע פון אן אויסדערוועלטע מענטש, ספעציעל אויב ס'איז דא אסאך רעקארדירונגען פון יענעם, וואס פון דעם קען דאס AI אפלערנען זיין שפראך קול וכדו' און פאבריצירן עפעס וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט.

דאס זעלביגע איז מיט ווידעא קליפס אבער דאס וועט נאך לכאורה נעמען א לענגערע צייט.

-----
-פערזענליכע שרייבן-
א פאעמע, א פערזענליכע בריוו\מעסעדזש, רעזומעי, און וואס נישט. פאר דאס אלעס ניצט מען שוין אין-גרויסן עי איי, די שאלה איז וואס איז די צוקונפט מיט דעם.

קען זיין מען וועט ווייטער ניצן פאעמעס און בריוון צו ארויסהייבן א געפיהל "עפרישיעשאן" וכדו', אבער דאס איז אמאל זיכער אז עס האט פארלוירן די פערזענליכע באדייט פון אריינלייגן כוחות, אייגענע ווערטער און אויסדריקן.

מעגליך אז די צוקונפט וועט זיך נייגן מער צו ריאליטעט, ווי צו ווערטואל. נעמליך מען וועט ארויסווייזן עפרישיעשאן מיטן זיך טרעפן אין ריעל לייף, רעדן, זיך האלדזן, "באַדי לענגוויטש" [קערפער שפראך] א. ד. ג.

ענליך קען זיין מיט ארבייטס "רעזומעיס", די רעזומעי וועט אנהאלטן בעיקר די נוטיגע אינפארמאציע און לעבעדיגע אינטערוויוס וועלן ווערן מער.

ביכער, ארטיקלען וכדו' זעי איך נישט ווי עס גייט ווערן אפעקטירט, אויב עפעס וועט עס ווערן אסאך געשמאקער צו ליינען (און ס'איז שוין אביסל אזוי).

פארשטייט זיך אלעס ווענדט זיך ווי ווייט טעכנעלאגיע האלט. למשל אויפן מינוט קען מען שיקן א וואויס-נאוט, דאס וועט אבער אין די צוקונפט אויך קענען ווערן עי איי ג'ענערעיטעט, און שפעטער ווידעא-קאלל אויך.

וויכטיג צו אנמערקן אז יעצט אויפן מינוט קען דאס אידישע שפראך שטארק צוניץ קומען ביים שרייבן א פערזענליכע בריוו צו פאעמע אויב איר ווילט אז יענער זאל וויסן דאס איז אוטענטיש.

איטערשטע שורה, איך מיין אז אנדערש ווי מען איז פארנומען צו זאגן אז עי איי וועט טראגן די וועלט צו א מער ווירטואלע לעבן, קען דאס זייער מעגליך אויסקלאפן אויף דאס פארקערטע.

------

-דזשאַב'ס-
פון איין זייט קוקט אויס ווי פילע דזאבס גייען פארלוירן-גיין למשל עקאונטענטס, גראפיקערס און נאך פילע אפיס\קאמפיוטער דזשאבס. שרייבער, אפילו א גרויס טייל דאקטוירים, און די ליסטע קען אנגיין זייער לאנג.

פון די צווייטע זייט האט היסטאריע געוויזן אז טעכנעלאגיע פונקט ווי זי ווישט אפ דזשאבס ברענגט זי צום אויבערפלאך פרישע דזשאבס. סא וואס דא וועט זיין, צו היסטאריע וועט זיך איבער'חזר'ן אדער א נייע עפאכע איז געקומען ווייסט איין באשעפער.

--------

-אַרט-
אויף דערווייל זענען פיזישע מאלערייען נישט מעגליך צו איבערקומען (נישט א בילד ( בילדער האט מען שוין טעכניש געקענט מאכן צען יאר צוריק פון א מאלעריי און עס האט נישט אראפגעברענגט די ווערד), איך באַציה זיך צו דאס אקטואלע שטיקל מאלעריי), מעגליך אז ראבאטן וועלן יא קענען פיזיש טון דאס וועס ארטיסטן טוען, סא ווער ווייסט.

אינטערטעינערס ווי זינגערס, מוזיקאנטן, קינסטלער, און קאמידיענס וועלן לדעתי פארבלייבן. היינט צוטאגס קען מען אלעס האבן אויפן פאון, מען קען אנצינדן אין א זאל די בעסטע מוזיק פון די געוועב, און מיט דעם אלעם איז עס א גרויסע אדער אפשר גאר א גרעסערע מאַרקעט ווי אמאל.

למעשה מענטשן האבן דאס ליב, ווי אויך, ווען איינער וויל מאכן א רייכע אוונט ברענגט ער נישט אראפ א טייערע זינגער נאר ווייל ער זינגט שיין, עס איז אין א געוויסע זון מער די פאקט פון ארויסווייזן רייכטום (א שמעוס פאר זיך). נאך פארשידענע סיבות זענען פארהאן פארוואס מענטשן גלייכן דאס מער.

הגם עיי איי ארטיסטן וועלן לכאורה זיין פיל פיל בעסער ווי עכטע מענטשן. עם כל זה!
(דאס זעלביגע איז אפשר מיט מאלערייען אויך)

----

אז מען רעדט שוין פון עי איי איז וויכטיג צו דערמאנען אז עס זענען לעצטנס ארויס א כוואליע פון אפליקאציעס איינס בעסער פונעם צווייטן.
למשל גוגל האט פארעפנטליכט גוגל-באַרד. די ערשטע וואך איז דאס געווען גאר שוואך, נאך בערך פופצן טעג איז שוין גוגל-בארד געוועזן אויף צענדליגע שטאפלען בעסער. אויך האט באַרד צוטריט צום געוועב אנדערש ווי דזש. בי. טי. וואס האט בלויז אינפארמאציע פון 2021 און פריער.

לאזט הערן אייער מיינונג.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר