טעכנאלאגישע נייעס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יולי 24, 2015 1:48 pm

מיט אלע טעכנאלאגיע מעלות, קומט מיט - כדרכו של עולם - אסאך חסרונות אויך, ברוחניות ובגשמיות.
בעת אונזערע קארס ווערן מער פארגעשריטן און קאנעקטעד, צו די סעלפאונ'ס און צו ווייפיי און נאך אנדערע גאדגעטן, ערשיינען פרישע אומפאראויסגעזעהענע פראבלעמען.

און דאס האט פאסירט די וואך, צו יעדנס ערשטוינונג - 2 העקערס האבן געהיידזשעקט און איבערגענומען קאנטראל אויף א צווייטנ'ס דזשיפ אויטא (דזשיפ איז די זעלבע קאמפאני ווי קרייסלער און דאדזש).
מען רעדט נישט פון קלייניגקייטן, נאר זיי האבן באקומען פולע קאנטראל אויף די סאמע וויכטיגסטע פונקציעס פונעם קאר, ווי די ברעיקס און טראנסמישאן. זיי האבן אפילו געקענט פארקירעווען דעם קאר צום זייט פונעם ראוד, בעת דער דרייווער איז הילפלאז!
זיי זאגן אז זיי קענען דאס טון מיט סיי וועלכע קאר, נאר מיט די סיסטעם פון קרייסלער/דזשיפ איז עס געווען דאס גרינגסטע...

צום מזל, זענען דאס נישט געווען 2 שלעכטע לייט וואס האבן סתם געוואלט אריינברענגען דעם דרייווער אין פאניק, נאר א פאראויסגעטראכטע און אויסגערעכנטע אקציע - און זיי האבן דערנאך אריינגעגעבן די אינפא פאר קרייסלער צו קענען פראטעקטן און פארמיידן אזעלכע אינצידענטן אין דער צוקונפט.

אצינד האט די FCA פאררופן א ריקאול אויף די אלע קרייסלער און דזשיפ מאדעלס וואס קענען אפעקטירט ווערן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17130 מאל

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 11:06 pm

איינער דא האט שוין אפגערעידט צו ווינדאוס 10 ?! קוקט אויס אז נישט .
איינער ווייסט פון עקספיריענס צו סלוינט זיך צו אפגרעיטען ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 29, 2015 11:13 pm

מיין רעקאמענדאציע: ווארט צו. לאז די ערשטע חלק באגס ווערן מתוקן ע"י אחרים. עס לויפט נישט אוועק. קענסט ציווארטן א 2 חדשים.

אז מען רעדט שוין, זענען די היימישע פילטערס צוגעגרייט צו ווינדאוס 10? בי ווינדאוס אכט איז געווען א hold אפאר חדשים, אויב מיין זכרון דינט מיר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17130 מאל

טעכנאלאגישע נייעס

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 11:33 pm

א איסור איז נאכנישט ארויס אויף דעם ווי אויף ווידאוס אכט און אויף אייועלט איז עס נישט דאמאנט געווארן…
און ביז ווען גייט עס זיין פריי?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל

הודעהדורך וכדומה.. » זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:10 pm

יעדער וואס האט ווינדאוס 8 באקומט א פרי אפגרעיט צו ווינדאוס 10, סגייט נאר נעמען א משך פון אפאר חדשים ווילאנג זיי שיקן עס צו יעדן, זיי זענען בעקד אפ.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 726 מאל

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:22 pm

וכדומה.. האט געשריבן:יעדער וואס האט ווינדאוס 8 באקומט א פרי אפגרעיט צו ווינדאוס 10, סגייט נאר נעמען א משך פון אפאר חדשים ווילאנג זיי שיקן עס צו יעדן, זיי זענען בעקד אפ.

@וכדומה.. אז איך האך די ווינדאוס סימבאל אויף די באדעם פון מיין קאמפיוטער מיינט עס אז כהאב באקומען א אינוועטעישאן ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:29 pm

עס מיינט אז דו ביסט עליזשיבל צו פארלאנגען אן אומזיסטע קאפיע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17130 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:34 pm

ביי ביי גוגל, העלאו אלפאבעט (כמעט).

http://mobile.nytimes.com/2015/08/11/te ... ?referrer=
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2284 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:42 pm

Google release notes:

- Our new name is Alphabet! We hope you like it.

- fixed a bug where we were paying too much tax.

:P
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2284 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 5:46 am

דאס קוקט אויס צו זיין ערנסטע נייעס. א מעידזשאר אויפשאקלונג אינערהאלב די מעכטיגע גוגל קאמפאני. א נייער נאמען מיט נייע עקזעקוטיוון. גוגל וועט זיין א חלק אונטער די נייע אלפאבעט. ונזכה ונחי' ונראה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17130 מאל

הודעהדורך וכדומה.. » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:41 am

אבער אויף וויפיל מיר קענען גוגל, דאס הייסט די סירטש ענדשין, יוטוב, מעפס, די ענדראויד סיסטעם, און גוגל פלעי סטור, בלייבט אלעס די זעלבע אונטער די נאמען גוגל אזוי ווי ביז יעצט.

סאיז נאר זייער אנדערע ביזנעסעס וואס רוב עולם האט נישט אנונג אז דאס עקזיסטירט בכלל, דארט בייטן זיי די נאמען צו אלפעבעט.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 726 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:57 am

ריכטיג, אבער גוגל גייט זיין א סובסידיערי פון אלפאבעט.
עס טוישט פונדאמענטאל דעם שפיל, איז א מעידזשאר טויש.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2284 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:48 pm

ווערט איר שוין קראנק פון אזויפיל "פאט-האולס" אויפן ראוד? גוגל האט דעם מעגליכן סעלושאן פאר אייך!
דורך גוגל מעפס (וואס נוצט וועיז טעכנאלאגיע) ווילן זיי דערשפירן וואו עס געפינען זיך פאטהאולס אויפן ראוד, און אריינגעבן די אינפארמאציע צו די אינסטאנטן.

מען קען שוין צולייגן נאך א פאל צום ניגון "גוגעלע גוגעלע"....

www.pcmag.com/article2/0,2817,2490098,00.asp
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17130 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 1:54 am

ווערייזאן ווייערלעס (וועלכע האט לעצטנס געטוישט זייער לאגא, פון די ריזיגע v צו א קליינע..) האט געמאלדן אז זיי הייבן אן טעסטן א 5G נעטווארק וועלכע וועט לויפן ביז 40 מאל (!) שנעלער פון 4G און וועט האפענטליך אריינגיין אין דינסט בערך 2017.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17130 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 2:32 am

בלעקבערי קומט יעצט ארויס מיט א נייע סמארטפאון וואס וועט לויפן אויף ענדרויד, עס וועט האבן א סלייד אוט קיבאורד, http://www.businessinsider.com/blackber ... ew-2015-11

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1683
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6195 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2096 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהדורך ישראלי » פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 2:55 am

its called the "BLACKBERRY PRIV"
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:34 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי דער עולם דא איז מער אינטרעסירט אין האקן אויפן סיסטעם ווי דיסקוסירן מעידזשאר טעכנאלאגישע נייעס. אנדערש איז שווער צו פארשטיין פארוואס קיינער האט נאך נישט בארירט דעם נושא פון CES 2015

דאס איז אזא שאו וואס מען מאכט יעדע אנהייב יאר, וואס צייגט וואס צו ערווארטן דעם קומענדיגן יאר אויפן טעכנאלאגיע פעלד, פון נייע קאמפיוטערס, טשיפס, זייגערס, קעמרעס, טעלעפאנען און טעבלעטס, בעטעריס, ווייערס און טשארשדזשינג קעפעביליטיס, ועוד ועוד.

אין א ניסל שאלאכץ, זענען די הויפט נייעס דאס יאר געווען די נייע ווינדאוס 10 וואס מייקראסאפט גייט ארויסגעבן אין די נעקסטע פאר חדשים, וועלכע וועט ערזעצן דעם פארפיינטעטן ווינדאוס 8.1; נייע (פינפטע ג'ענעראציע) פראסעסאר טשיפס פון אינטעל ("בראודוועל") וועלכע וועט העלפן לעפטאפס לעבן לענגער אויף באטערי ווי אויך בעסערע גראפיקס, אבער דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך, זינט זיי ארבעטן שוין אויף א נייערע ווערסיע (גערופן "סקיי לעיק") וועלכע וועט ערשיינען די צווייטע האלב יאר פון 2015.

ווי אויך איז אין די נייעס די נייע USB פלאג (TYPE C), וועלכע וועט ערזעצן אלע USB פון סעלפאנ'ס און קאמפיוטער'ס, עס וועט זיין פיל שנעלער צו טראנספערירן דאטא (דאפעלט די שנעלקייט פון USB 3.0), אויכעט וועט עס טשארדזשן דעווייסעס פיל שנעלער. ווי אויך וועט מען עס קענען אריינשטעקן פון ביידע זייטן כדי נישט צו מאכן די קאנעקטינג פראצעדור אזוי קאמפליצירט, גענוי ווי עפל האט לעצטנס געטוישט.


אפצייכענענדיג א יאר פונעם שאו, איז אינטרעסאנט צוריקצוקוקן ווי רוב נייע טעכנאלאגיע פון דעם פאריעריגן שאו איז ערשינען לאור עולם.

אצינד מען האלט שוין אט אט ביים קומענדיגן CES שאו, פארן נייעם יאר 2016. די טויערן וועלן זיך עפענען בערך אין א וואך ארום פארן פובליקום אין לאס וועגאס. טייל רעפארטער האבן שוין עקסעס יעצט, בשעת'ן שרייבן די שורות.

ביי די שאו וועט מען, ווי אלעמאל, צייגן די נייע אויפטוען וואס איז ערווארטעט פארן נייעם יאר, אין אלע תחומים פון טעכנאלאגיע. נישט אלעס ווייסט מען שוין, טייל זאכן איז יא מער באקאנט. לאמיר זעהן בערך וואס מיר קענען ערווארטן – בעיקר זאכן וואס קען כאפן די אינטערעסע פונעם היימישן ציבור.

ביי קארס איז אזוי. די גרעסטע פאקוס וועט זיין אויף אויטאמאטישע דרייווערלאזע אויטאס, וואס דאס איז ווארשיינליך דער צוקונפט פון קארס, צי מען וויל עס יא צי נישט. אלע גרויסע קאמפאניס ארבעטן אויף א סעמפל פון אזא סארט קאר, עטליכע ארבעטן אליינס, אנדערע, ווי למשל פארד, האט זיך לעצטנס צוזאמענגעשטעלט מיט גוגל, אזוי ארום שפארענדיג א שיינע פאר ביליאנען.

מען וועט אויך זעהן פארשידענע פארגעשריטענע אויטאס וועלכע שפארן געז, וואס איז לעצטנס אין סטייל זינט די אבאמא אדמיניסטראציע האט פארלאנגט עקסטרעמע שריט פון די אויטא קאמפאניס צו שפארן געז. שעווי גייט ווייזן זייער נייע עלעקטראנישע אויטא דער "באלט" (נישט פארמישן מיט די "וואלט"). די וואלט קען אנציען בלויז 40 מייל אויף עלעקטריק – ווייט פון גענוג פאר רוב דרייווער'ס. די נייע באלט וועט קענען אנציען איבער 200 מייל בלויז דורכן איינפלאגן און רעטשארדזשן די בעטערי איבערנאכט.

די דייטשע לוקסוריעזע בי.עם.דאבעליו. אויטא קאמפאני וויל פטור ווערן פון די שפיגלעך אין א קאר, און עס ערזעצן מיט קעמערעס. די אויפטוען דערפון וועלן זיין מערערע, ווי צב"ש פארשפארן די ברייטע ארויסגעשטעקטע שפיגלען, וועלכע פארמאגן בליינד ספאטס. אנשטאט וועלן זיין קעמרעס וועלכע וועלן צוזאמענשמעלצן פון אלע זייטן איין ברייטן קלארן בילד, וואס וועט פילפאכיג פארגרעסערן דעם וויזשאן פעלד, מען וועט קענען זעהן פיל קלארער וואס טוצעך פון אונטן. די קעמערעס וועלן האבן מעכאניזם צו צולאזן אייז אדער שניי כדי עס זאל זיין נוצבאר אין אלע סארטן וועטערס וואס @וועטערבאריכט שטעלט אונז צו. אויכעט ווילן זיי פארשטעלן א נייע אינפאטעינמענט סיסטעם (פאר די מוזיק/ראדיא/און עירקאנדישאן וכו') וועלכע זאל פארמאגן איין גרויסע סקרין, און עס וועט ארבעטן בלויז מיטן רוקן די האנט אין דער לופט, אן דעם וואס מען זאל דארפן פיזיש אנרירן דעם סקרין. זיי רופן עס Air Touch.

צווישן אנדערע, איז ערווארטעט א נייער "סטירינג ווהיל" קאווער וואס זיכער מאכן אז דער דרייווער האלט ביידע הענט אויפן רעדל און איז נישט פארנומען צו טעקסטן אדער זיך שפילן אויפ'ן פאון.

פאר'ן חסיד'ישן עולם, איז ערווארטעט א נייע פארבעסערטע קרייסלער טאון-ענד-קאנטרי מיניווען, נאך וואס די יעצטיגע איז שוין אביסעלע אלטמאדיש און אונטערשטעליג פון די מיניווענס פון טאיאטע און האנדא.

אין אנדערע טעכנאלאגישע פעלד, וועלן ביידע גוגל און עפל ארבעטן צו לאזן די קאסטומערס קאנטראלירן ווי מער פונקציעס אינדערהיים פון דעם טעלעפאן. סעמסאנג וועט צייגן א פריזשידער וואס איז קאנעקטעד צו די סמארטפאון און מען וועט קענען זעהן אויפ'ן פאון צי די מילך אין פרידזש איז שוין פארדארבן....

א גרויסע חלק פונעם שאו וועט זיין געווידמעט פאר די נייע הייסע טוי, די דראונס, וואס וועט בקרוב אריינגיין אין די מארקעט און מיר וועלן זעהן די הימלען פול דערמיט.... עס ווערט ערווארטעט איבער 100 סארטן דראונס ביים שאו.

זעלבסטפארשטענדליך אז פון די בעיסיקס האט מען נישט פארגעסן. נייע לעפטאפס, קעמערעס, טעלעפאנען, טי.ווי. סקרינס, ווידיא קעמערעס, מיט נייע פארבעסערטע טשיפס און בעסערע סקרינ'ס וועט זיין לרחצה ולמוציא מצה. בעסערע באטעריען, שנעלערע טשארדזשערס וכו'. איין קעמקארדער רופט זיך 360fly און כאפט אפ 360 דעגרי קליפס וועט מען קענען קאנעקטן צו זיך אדער צו א בייק.

עס וועט זיין א "קלוגע שיך". דער שיך וועט קענען האלטן חשבון וויפיל מייל מען גייט/לויפט (אדער נישט), אבער אויך וועט מען קענען אנשטעלן די טעמפעראטור דורך אן עפפ פונעם פאון! געענדיגט מיט די פארפרוירענע פוס...

אנדערע חידושים איז דא – א POT פאר געוואוקסן וועלכע באוואסערט זיך אליינס, מען דארף מער נישט אינזין האבן צו באוואסערן די פלאנצונגען. א אנדערע קאמפאני וועט פארשטעלן א קאוטש וואס ווען מען זיצט דערויף בשעת'ן וואטשן א מאווי וועט זיך עס מיטדרייען אדער ווייברעיטן לויט'ן מאווי, כדי דער וואס וואטשט זאל זיך שפירן ווי ער איז באמת דארט (אקעי דאס איז נישט ממש פארן היימישן ציבור..). מען וועט אויך ווייזן א "סמארט בעט", דער קלוגער בעט וועט אנאליזירן דיינע העביט'ס ביים שלאפן (וואס גענוי איז דער אויפטו? כ'ווייס נאך נישט...)

דאס איז נאר א קליינער חלק פון די לאנגע ליסטע, עס וועט ארויסקומען נאך פרטים יעדן טאג פונעם שאו, אז איר וועט מאכן א גוגל סערטש פאר CES 2016 וועט איר קענען מיטהאלטן די נייעס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17130 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהדורך קאמפיאטער » מיטוואך יאנואר 06, 2016 11:45 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:צווישן אנדערע, איז ערווארטעט א נייער "סטירינג ווהיל" קאווער וואס זיכער מאכן אז דער דרייווער האלט ביידע הענט אויפן רעדל און איז נישט פארנומען צו טעקסטן אדער זיך שפילן אויפן פאון.

.


עס זעהט מיר אויס ווי עס איז געמאכט אז טאטעס זאלן עס ארויפלייגען אויף די קינדערס קארס צו קענען מאנעטערן אויב זיי טעקסטן בשעתן דרייווען.

אבער איך פארשטיי נישט די פוינט, עז איף יעדער האלט ביידע הענט אויפן סטרינג וויל אגאנצען צייט.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך סופר » מאנטאג יאנואר 25, 2016 3:29 pm

פארגאנגענע וואך האב איך געטראפן א נייע פרייע סערוויס "Stringify", עס איז ארויס געקומען בערך צוויי חדשים צוריק, און עס ארבעט אזוי ווי IFTTT אבער עס איז אסאך בעסער. למשל IFTTT גיט מיר נאר די אפשען צו טון איין זאך אויב א צווייטע זאך געשעט, סטרינגיפיי גיט מיר די אפשען צו טון צענדליגער זאכן אויב אויב עטליכע זאכן געשען. נאך מער, איך קען מאכן אן אויסנאם אז די אלע זאכן זאלן געשען "נאר אויב" עפעס אנדערש איז אין פלאץ.

א דוגמא פון א flow - ווי זיי רופן עס - איז אז יעדן צופרי 7 אזייגער זאל זיך מיין טערמאסטאט אנשטעלן צו א באשטימטע טעמפרעטור, און עס זאל אנהויבן א טיימער פאר 15 מינוט, ווען די טיימער ענדיגט זיך זאל זיך די לעקטער און די מוזיק אין בעדרום אנצינדן אויף א פון פריער באשטימטע וואליום און אלעס נאר אויב איך בין אינדערהיים. אזא זאך איז נישט מעגליך צו מאכן מיט IFTTT, און אויב יא וועט עס דארפן א שיינע פאר 'רעסעפי'ס' אין פארגלייך צו Stringify וואס טוט דאס אלס מיט איין flow.

סיי ווי אזוי איז עס נאך זייער א נייע סערוויס און עס איז שווער צו זאגן ווי עס וועט אנקומען, אבער עס איז זיכער אז זיי גייען אויף א גוטע ריכטונג.
סופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהדורך לא ימלט » מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:23 pm

What's app is down!
איינער ווייסט פשט?

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
לא ימלט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 31, 2016 9:25 pm

Microsoft גייט בויען סערווערס צי האלטן אינטער וואסער http://www.nytimes.com/2016/02/01/techn ... enter.html
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3632
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1676 מאל

הודעהדורך פליקער » מאנטאג פעברואר 29, 2016 3:47 pm

בקרוב ווען זיין די נייע ברילן

איך קען נישט ווארטן
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1654
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3450 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 02, 2016 1:08 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
Sweden.JPG
Sweden.JPG (47.79 KiB) געזען געווארן 1685 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17130 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך מערץ 02, 2016 1:12 pm

מ'וועט אויך קענען קויפן מיט די שבת עפפ
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2812
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1333 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג מאי 10, 2016 2:13 am

נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3632
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1676 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט