טעכנאלאגישע נייעס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 3:21 pm

אויב רענטן א קאר איז ביי אייך אן אפקומעניש - אזוי ווי פאר רוב אמעריקאנער - דאן איז דא האפענונג. א נייע קאמפאני "סילווער קאר" וויל אייך צושטעלן אן אלטערנאטיוו - זיי וועלן פארדינגען הערליכע לוקסוריעזע קארס (פון אודי) דורך א פשוט'ן עפפ פון אייער פאון. איינמאל איר דרוקט AGREE דארפט איר מער נישט סיינען און אינישלען אייער נאמען 50 מאל. איר קענט צוגיין צום קאר גלייך פון עירפארט אדער אנדערע לאקאציע, אויפשליסן דעם קאר מיט אייער סמארטפאון, און היידא, געפארן! אויב פלעגט אייך דער רענטל טשארדזשן ממון ודמים פאר די ביסל ווייניגער געז מיט וואס איר האט צוריקגעברענגט דעם קאר, זארגט נישט - ביי זיי איז דאס נישט דא. די עקספיריענס אנטשפרעכט צו זיין גאר איינגענעם.

http://www.thecarconnection.com/news/11 ... #src=10065

(פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט פון אידן דא, אידן האבן דאך נישט קיין סמארטפאון נאר לצורך פרנסה. אחוץ אויב ווילט איר דינגען א קאר לצורך די ארבעט, וועט מען קענען נוצן דעם שבת גוי פון אייער אינטערנעט אייך צו בוקן דעם אויטא).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14023
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16085 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:43 am

האו אבאוט אייער קאר זאל אייך אינפארמירן די סטאטוס פונעם טראפיק לאמפ? דאס איז עפעס וואס מען חלומ'ט שוין יארן דערפון (גם אני בחלומי..) און Audi וועט צום ערשטן מאל צייגן די טעכנאלאגיע ביי א צוקונפטיגע קאר שאו - דערווייל ארבעט עס נאר אין לאס וועגאס וואו די טראפיק לעמפ זענען פראגראמירט צו קאמיוניקירן מיט די קארס, אבער דאס צייכנט אפ א היסטארישע מאמענט, נאך א רינגעלע אין די קייט וואס וועט טוישן דעם צוקונפט פון דרייוון.

http://www.automobilemag.com/news/audi- ... las-vegas/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14023
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16085 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט