בלאט 11 פון 11

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 3:21 pm
דורך שמעקעדיג
אויב רענטן א קאר איז ביי אייך אן אפקומעניש - אזוי ווי פאר רוב אמעריקאנער - דאן איז דא האפענונג. א נייע קאמפאני "סילווער קאר" וויל אייך צושטעלן אן אלטערנאטיוו - זיי וועלן פארדינגען הערליכע לוקסוריעזע קארס (פון אודי) דורך א פשוט'ן עפפ פון אייער פאון. איינמאל איר דרוקט AGREE דארפט איר מער נישט סיינען און אינישלען אייער נאמען 50 מאל. איר קענט צוגיין צום קאר גלייך פון עירפארט אדער אנדערע לאקאציע, אויפשליסן דעם קאר מיט אייער סמארטפאון, און היידא, געפארן! אויב פלעגט אייך דער רענטל טשארדזשן ממון ודמים פאר די ביסל ווייניגער געז מיט וואס איר האט צוריקגעברענגט דעם קאר, זארגט נישט - ביי זיי איז דאס נישט דא. די עקספיריענס אנטשפרעכט צו זיין גאר איינגענעם.

http://www.thecarconnection.com/news/11 ... #src=10065

(פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט פון אידן דא, אידן האבן דאך נישט קיין סמארטפאון נאר לצורך פרנסה. אחוץ אויב ווילט איר דינגען א קאר לצורך די ארבעט, וועט מען קענען נוצן דעם שבת גוי פון אייער אינטערנעט אייך צו בוקן דעם אויטא).

הודעהפורסם: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:43 am
דורך שמעקעדיג
האו אבאוט אייער קאר זאל אייך אינפארמירן די סטאטוס פונעם טראפיק לאמפ? דאס איז עפעס וואס מען חלומ'ט שוין יארן דערפון (גם אני בחלומי..) און Audi וועט צום ערשטן מאל צייגן די טעכנאלאגיע ביי א צוקונפטיגע קאר שאו - דערווייל ארבעט עס נאר אין לאס וועגאס וואו די טראפיק לעמפ זענען פראגראמירט צו קאמיוניקירן מיט די קארס, אבער דאס צייכנט אפ א היסטארישע מאמענט, נאך א רינגעלע אין די קייט וואס וועט טוישן דעם צוקונפט פון דרייוון.

http://www.automobilemag.com/news/audi- ... las-vegas/

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 12:05 pm
דורך שמעקעדיג
LG גרייט זיך ארויסצוגעבן קומענדיגע חודש א נייע פאון, די V30
די עיקר מעלה פון דעם פאון וועט זיין פאר "אודיאו-פיילס", ד.ה. פאר מוזיק און סאונד מבינים.
סיי די קלארקייט וואס דער טעלעפאן וועט ארויסגעבן די מוזיק - צי דורכ'ן קלארן סטעריא ספיעקער (וואס סעמסאנג טעלעפאנען פארמאגן נישט) צי דורכ'ן העדפאון. קריסטאל קלאר וואס כמוהו לא נהיתה.
און סיי די קלארקייט פון די רעקארדירונג וועט זיין זייער פארגעשריטן און נישט קראצעדיג, געווענליך די סעלפאונ'ס האבן א שוואכע קוואליטעט רעקארדירונג, בפרט פאר מוזיק און פראפעסיאנאלן, און דאס וויל LG פארריכטן.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 8:29 am
דורך טרויבן88
די LG פאונס ביז יעצט האבן אויך געהאט בעסערע אדאפטערס פאר מוזיק און אויך א בעסערע ספיקער, ס'דארף אבער ארויסגעברענגט ווערן אז צי קענען הנאה האבן פון די בעסערע סאונד מיז מען האבן א בעסערע און טייערערע עיר פאונס.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:35 am
דורך שמעקעדיג
אמת, הגם נישט אלע פאונס, בעיקר די V series,
אבער די נייע ווי.30 אנטשפרעכט זיי צו איבערשטייגן און זיין נאך בעסער ווי די פריערדיגע.

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:30 am
דורך סאשי פיש
ניטעמאל פאר א פשוט'ע טעלעפאן קאלל זענען זיי גוט... זייער מייק איז שלעכט. זייערע פאונס שטארבען אפ זייער שנעל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:58 am
דורך טרויבן88
סאשי פיש האט געשריבן:ניטעמאל פאר א פשוט'ע טעלעפאן קאלל זענען זיי גוט... זייער מייק איז שלעכט. זייערע פאונס שטארבען אפ זייער שנעל

וואס האסטו? די LG stylus? זיי האבן זיך גוט ציגעפיצט, זיי האבן זייער גוטע פאונס, נאר נישט אזוי גוט ווי סעמסונג

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 11:20 am
דורך טרויבן88
און אנדערע נייעס וואס איז גארנישט אזוי ניי, זענען די סמארטפאון געווארן ברייטער און שמאלער, וואס מיינט דאס פאר אונז? אז אויב איינער וויל נישט אזא פאון אז ער זאל עס נישט קויפן?
ניין, די סמארטפאון אינדוסטריע האט געטוישט צים ערשטן מאל די aspect ratio פון די פאון צים ערשטן מאל זייט עס איז ארויסגעקומען ביז היינט זענען ווידעא'ס און מאוויס געווען 16:9 פון היינט אין ווייטער לכאורה וויאזוי עס זעט וועט ביז אפאר יאר אלע פאונס זיין 18:9.

וואס בכלל מיינט aspect ratio? יעדע פאון איז לאנג און ברייט, יעצט אויב א פאון איז 16:9 מיינט אז די ברייט ווען מען דרייט אויס די פאון איז 16 און אנטקעגן דעם איז די לענג 9, יעצט האט די G6 LG און די S8 און די נאוט 8 געטוישט צי 18:9 וואס מיינט אויך 2:1 נאר וויבאלד 16:9 קען מען נישט צעטיילן דערפאר אפילו 18:9 קען מען יא צעטיילן רופט מען עס נאך אלץ אזוי(סאטמארע עטס פארשטייטס...). יעצט וואס מיינט עס פאר אונז, אז ביז א יאר וועט איר אנטפאנגען זען ליידיג פלאץ ביין קוקן ווידעא'ס אויף די פאון וויבאלד די ווידעא אין די ברייט וועט זיין שמאלער,

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 9:59 am
דורך טרויבן88
איך ווייס נישט ווער עס איז אינטערעסירט אדער פארשטייט די נייעס, אבער דא האב איך די ערשטע דעטאלירטע ארטיקל איבער 5-גי פאר עס איז אינטערעסירט,

http://www.androidauthority.com/5g-mobi ... ed-798540/

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:08 pm
דורך פעינטער
וואס זאגט דער עולם דא לוינט זיך צי קויפן די סעמסאנג נאט 8 אדער סיז א שאד די געלט ?

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 4:09 pm
דורך טרויבן88
אנטקעגן וועלכע פאון?

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:34 pm
דורך מוזיק עקספערט
וואס זאל איך ענדערש קויפן, S8, iPhone - 8 אדער iPhone - x???

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:38 pm
דורך פעינטער
טרויבן88 האט געשריבן:אנטקעגן וועלכע פאון?

סעמסאנג עס 8 פלאס
אדער די פיקסל עקס על

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:47 pm
דורך קורקלענד
די אייפאון עקס האט איין עיקר מעלה איבער די אייפאון אכט, דאס אז ס'קאסט מיט א דריי הונדערט דאלער טייערער, און איר קענט זיך דרייען און פרייען צו צייגן יעדער אז איר דרייט זיך מיט א טעלעפאן וואס קאסט א גאנצע אלפ'ל. די אנדערע מעלות זענען אז עס האט א סקרין וואס גייט מן הקצה אל הקצה, פעיס אנלאק דורך 3D רעקאגניציע און נאך אפאר קלייניקייטן.

אזויווי אייביג האט עפל געטראפן נאך עפעס א פקחות וויאזוי צו שטיפן מערערע צו קויפן די טייערערע מאדעל דורך דעם וואס זיי האבן אריינגעשטעלט אין די אכט א שוואכערע באטערי ווי זיי האבן אין זייער איצטיגער מאדעל. א שטייגער ווי וואס זיי האבן ביז נישט לאנג צוריק דורך געבן א נאר קארגע זעכצן ג''ב אין זייער ביליגסטע מאדעל, ווען ס'וואלט זיי ממילא געקאסט כמעט די זעלבע אריינצולייגן דאפעלט. און זעכצן איז געווען זייער ווייניג פאר מעסיגע באניצער. אבער פאר זיי איז דאס געווען א ישועה ווייל ס'האט געצווינגען די קונדן צו שפענדן אמווייניגסטנס א הונדערטער מער אויף א נייע טעלעפאן, ווען פאר זיי איז דאס געווען כלו רווח, און ס'האט געהויבן די רווחים אין גרויסן. אזוי אויך דאהי האפן זיי אז די שוואכערע באטערי וועט באצווינגן די המון עם צו שפענדן נאך דריי מאות אויף די כלומרשט ריזיגע חידושים, פשוט אז מ'זאל קענען האבן א ניצבארע באטערי.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:48 pm
דורך קורקלענד
פעינטער האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:אנטקעגן וועלכע פאון?

סעמסאנג עס 8 פלאס
אדער די פיקסל עקס על

איך וואלט געגאנגען פאר די פיקסעל עקס על. אבער אז איר גייט פאר זייטיגע שמאנצעס און פיטשעווקעס דאן קויפט די סעמסאנג.

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 7:24 pm
דורך טרויבן88
פעינטער האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:אנטקעגן וועלכע פאון?

סעמסאנג עס 8 פלאס
אדער די פיקסל עקס על

די תירוץ אויף דעם איז פשוט...
נאוט 8, גרויס, מוזטו האבן גרויסע הענט, עס איז נישט ווערט מער ווי די עס-8, עס איז א גרעסערע עס-8,עס האט א פּען, אבער איז נישט ווערט די געלט, לדעתי, אויב די האסט גרויסע הענט, און די האסט ליב א גרעסערע פאון, איז דאס א גוטע מעטש,

עס-8 (נאוט-8) אנטקעגן די נייע פיקסעל? ווענדט זיך, אויב די ווילסט א שנעלערע פאון פון די סעמסאנג, (מיט א פיר מאל בעסערע קאמערע) איז די פיקסעל די ענטפער, אויב א בעסערע סקרין, אויב די פיקסעל וועט עס נישט האבן, דאן איז די עס-8 די ענטפער

קלארער גערעדט, נעם די פיקסעל אויב נישט פאר די סקרין

Re: טעכנאלאגישע נייעס

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 7:31 pm
דורך טרויבן88
מוזיק עקספערט האט געשריבן:וואס זאל איך ענדערש קויפן, S8, iPhone - 8 אדער iPhone - x???

אוי אוי אוי, ווי פאנגט מען אן, וואס ניצטו יעצט??? אויב די ניצט די אייפאון דאן איז די אייפאון-עקס א גוטע אויסוואל אויב די האסט ליב איי בעסערע און באקוועמערע סקרין, אחוץ אויב די האסט נישט ליב די חלק וואס קומט אריין אויבן פון די סקרין, וואס קען נערוועז מאכן באזירט אויף די נערווען דיינע...

אויב די האסט עס נישט ליב דאן נעם די אייפאון-8,

יעצט אויף די עס-8, וואס איז דא ציצולייגן? אחוץ אויב די האסט אן אנדערע ענדרויד וואס די ווילסט אפשר קויפן

הודעהפורסם: פרייטאג יאנואר 12, 2018 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
ווי איך שרייב שוין יערליך, קומט פאר יעדע אנהייב יאר (למספרם) א CES שאו וואו מען באווייזט די נייע טעכנאלאגישע וואונדער וואס וועט ערשיינען אין דעם קומענדיגן יאר.

דאס יאר איז געוויזן געווארן א נייע אינטרעסאנטע איידיע, צו באשיצן פרויען (אדער סיי וועמען) פון רעיפ אדער אנדערע איבערפאלן. עס איז א סארט ברעיסלעט וואס קען ארויסלאזן אזא מין שטינק אז דער איבערפאלער זאל מוזן אנטלויפן באצייטנס....

https://www.engadget.com/2018/01/09/the ... cous-stin/

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 07, 2018 12:33 am
דורך שמעקעדיג
דער עולם שימפט און ברויזט!
די באקאנטע 'בעסט ביי' געשעפטן האבן א אפטיילונג פאר סערוויס, צו פארעכטן אלע אייערע קאמפיוטער פראבלעמען. זיי רופן זיך 'גיעק סקוואד'. יעצט איז נתגלה געווארן אז זיי ארבעטן באהאלטענערהייט פאר די עף.בי.איי. אדורכצונישטערן אייער קאמפיוטער צי איר פארמאגט אומלעגאלע זאכן.... שטייצעך בעסט ביי לייקנט דאס.. א לאוסוט איז אויפן וועג!

https://www.geek.com/tech/lawsuit-alleg ... s-1701906/

(וויצלער זאגן אז די היימישע קאמפיוטער געשעפטן און קיאסקן ארבעטן אויך פאר די וועד משמרת/מאושר נאכצוגיין אייערע פריוואטע סודות...)

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 07, 2018 11:37 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. אבי אונז האמיר געמיינט אז נאר אין רוסלאנד קריכט די גאווערנמענט אריין אין פריוואטן לעבן פון די מענטשן. זיי זוכן אייביג קאנטער רעוואלוציאנערן. ס'איז אבער נאך דאך דא (ב"ה) א שטיקל חילוק. די עף.בי.איי. קומט נאך (דערווייל) נישט קלאפן אויף די טירן פון מענטשן אינמיטן די נאכט ווייל זיי האבן אויסגעדרוקט א מיינונג אקעיגן די גאווערנמענט...! פאר סעקשן 8 און פ.ס. שווינדל קומען זיי (בעוה"ר) יא...!

נאך א זאך: דאהי אין ב.פ. איז געווען (איך מיין ער איז שוין ב"ה ארויס פון ביזנעס) א קאמפיוטער סטאר וואס האט באלאנגט פאר א ביסל א צודרייטן (ליטווישן ) איד. מיינער א קרוב האט א מאל געכאפט א וויירוס אויף זיין לעפטאפ. (ווייל ער האט אויפגעמאכט עפעס א זאפטיג לשון הרע'לע אויף א פובליק פיגור.) ווען ער איז געגאנגען צו דעם איד ער זאלל איהם העלפן (פארשטייצעך פאר גוט באצאלט) ארויסנעמען דעם וויירוס. האט ער איהם געמאכט גאנצע, לאנגע און ברייטע חקירות ודרישות אין וועלכע סייטס ער איז געווען (וואס דער בהמה וואלט דאך געקענט ממילא וויסן). און אויך געגעבן א לאנגע מוסר דרשה אז מענטשן גייען אין נישט טויגעדיגע סייטס. וכו' וכו'...!

ווען איך בין אמאל אריינגעגאנגען צו זיין סטאריק'ל כדי צו קויפן א קארטרידזש פאר מיין אלטן פרינטער, האט ער מיך אנגעהויבן חוקר ודורש צו זיין ווער מיין טאטע, זיידע און עלטער זיידע זענען געווען. און אין וועלכן קינדערגארטן מיין באבע ע"ה איז געגאנגען ווען זי איז געווען א קליין מיידל...! און פון וועלכן שטעטל אין אונגארן אדער ליטא זיי זענען געקומען. פון שאראש פאטיק אדער פון מונקא טאבאר...!