WhatsApp והמסתעף

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
פוקס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

WhatsApp והמסתעף

שליחה דורך פוקס »

יעדער ווייסט שוין לאנג אז אינדערצייט וואס בב"מ גייט אויס ביסלעכווייז א פאמעליכע טויט.. בליהט וואטסעפפ אין גרויסן, אזוי ווייט אז די אייפאון באנוצער אליין באנוצן זיך מער מיט וואטסעפפ אלס א פארגעשריטענע מיטל צו טשעטן; שיקן פיק'ס וואויס נאוט'ס און רעקארדינגס. ווי זייער אייגן געמאכטע פראדוקט פעיסטיים. און דאס אלעס אין א קארגע יאר צייט. דאס איז א גאר אויסגעפריווטער סוקסעספולער סאושעל קאמיוניקעישאן וואס איז זייער אויפגעכאפט געווארן איבעראל.

די כלל גייט דאך אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך. און צעביסלעך כאפט זיך עס אריין אויך במחנינו. ב"ה עס בליעהן און שפראצן שוין היינטצוטאגס הונדערטע וואטסעפפ גרופס למיניהם פון אחינו בני ישראל. לאמיר דא אביסל אויסשמועסן די מעלות און חסרונות דערפון.

אז מ'רעדט שוין איז כדאי צוצוגעבן אז מ'קען היינט פון א קאמפיוטער אויך האבן וואט'ס עפפ.

עס ארבעט בערך אזוי. איר דאונלאוד א פראגרעם מיטן נאמען bluestacks, וועלכע פארמאגט א גרויסע אויסוואהל מיט עפפ'ס און פיטשערס וואס מ'קען אלץ האבן דערינען - און אויפ'ן קאמפיוטער.
איינמאל דאס איז דאונלאודעד, וועט איר אין דעם פראגרעם אליין (וואס ארבעט אגב אויף אייגענע סעטינגס גארנישט שייכות מיטן קאמפיוטער סעטינגס וואס איז אנגעשטעלט ביי אייך) דאונלאודן וואט'ס עפפ, און דערנאך אויפסעטן א וואטסעפפ אקאונט. זיי שיקן נאכדעם א טעקסט צו אייער סעלפאון מיט א קאוד, וואס איר לייגט שפעטער אריין אין קאמפיוטער כדי אזוי צו באשטעטיגן אז דאס איז לינקד מיט אייער סעלפאון און מיט דעם ווערט עס אקטיוויזירט.

אבער דעמאלטס וועט ארויפקומען אייער סעלפאון נומער צוזאמען מיטן סקרין נעים וואס איר האט אייך געגעבן. אויב אבער וויל מען זיין אנאנים שטעל איך מיר פאר, קען מען דאס זעלבע טוהן, אבער אנשטאט מיט א סעלפאון נומבער, מאכן מיט א גוגל נומבער, און דערנאך קאנפערמירן מיט דעם קאוד וואס מ'ערהאלט אויף אימעיל. (ס'איז נאר אן השערה, אומבאשטעטיגט.)

די מעלות פון וואט'ס עפפ זענען: פאר קורצע נייעסלעך, שמועסערייען, וכו' איז עס זייער גוט. פאר אינסטענט שמועס אויסטוישן איז עס ווי געוואונטשן. אבער פאר לענגערע ארטיקלען און אפהאנדלונגען וואלט איך עס נישט געראטן.
די בעסטע איז עס געאייגנט פאר בילדער און ווידיאו קליפס.. אדער וואויס נאוט'ס.
ווי אויך בלייבט נישט די היסטערי אויף שטענדיג, און ס'איז סתם אזוי נישט לייכט צוריקצוגיין אפירזוכן אלטע היסטאריע.
ווער עס קען ווערט געבעטן צוצוגעבן.

דער אשכול פארמאגט 209 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר